עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-wqxv7n05

kind
paragraph
order
Nc
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ער צוגרייטונג, אז תוכף ומיד זאל מען דאס ממשיך זיין אין קהילת יעקב, אז אלע אידן ווערן צוזאמענגעקליבן דורך דעם אויבערשטן אליין פון דער גאנצער וועלט, און צוזאמען מיט זיי קומט משה גואל ראשון וגואל אחרון ער נעמט איינטייל אין דער גאולה ארויסנעמען און גואל זיי אויסלייזן יעדער אידן און אלע אידן, איז ער דער גואל ראשון, על דרך ווי ער האט דאס געטאן בא יציאת מצרים, און ער וועט אויך זיין דער גואל אחרון צווישן די, צוזאמען מיט משיח צדקנו, וועט ער אויך זיין דער גואל אחרי וואס וועט נעמען איינטויל אין ארויסנעמען יעדערן פון אונז און יעדערן פון אייך און יעדערן פון דעם גאנצן אידישן פאלק, איבער דער גאנצער וועלט, וואס דעמאלט וועט זיין דער קהילת יעקב אלע וואס געהערן צו יעקב'ן און צו יעקב'ס קינדער, און שטאמען פון יעקב'ס קינדער, פון די שבטים, און זייערע קינדער און קינדס-קינדער, וועלן זיי שטייען אין אן אופן פון אן איין און איינציקע קהילה, וואס דערפאר איז דאך אויך דער לשון קהילת יעקב לשון יחיד, אז ס'וועט זיין אן איין און איינציקע קהילה, ניט ווי אין צד פון גלות איז דאך דא קהילות אין פארשיד
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions