transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דער עסט חודש חסבן תצמ".
¶2מ'האט דאך
¶3גערעדט כמה פעמים במשך פון דעם חודש וועגן דעם ענין וואס סיומו איז ”ויעקב הלוך לדרכו”.
¶4וואס אין דערויף גופא איז דא כמה דרגות, אנהויבנדיק ווי ער זאגט אין המשך פון וכחה, אז שוין מצוי יום הכיפורים וואס דעמאלט ענדיקט זיך די עבודה 'מלמטה למעלה', איז דעמאלט הויבט זיך אן דער ”ויעקב הלך לדרכו”, וואס איינער פון די ביאורים אין דערויף איז דאך,
¶5אז וויבאלד אז ס'הויבט זיך שוין אן די 'המשכה מלמעלה' למטה, וואס דאס איז דאך בשביל ”ישראל ובשביל התורה” איז דאס שוין דער ”ויעקב הלך לדרכו” וואס זיי האבן דאס גע'פועל'ט און דאס קומט דערנאך דער ויעקב דלמעלה הלך לדרכו, במילא קומט דערנאך שנשתלשו למהם אין דעם ויעקב למטה.
¶6בדוגמא ווי ער זאגט אין מדרש, אז גמותו של יעקב איז חקוקה אין דער מרכבה העליונה, און דערפאר איז די מלאכים וואס ”עולים ויורדים בו” האבן זיך מסתכל געווען בדמותו,
¶7דערפאר וואס זיי האבן דאס געזען פריער נאך אין דער מרכבה, וואס דאס איז דאך אויך ווי על פי נגלה, נאר אין חלק ההגדות שבנגלה, מפורש דער ענין אז ס'איז דא דער יעקב ווי דאס איז אין אלקות, און דערנאך ווי דאס ווערט ”שנשתלשלו מהן” ווי דאס קומט אראפ, א נשמה בגוף, דער יעקב דלמטה,
¶8ביז אין יעקב, וואס ס'איז דא אין יעדער אידן ”עד סוף כל הדורות”, בדוגלע ווי ס'איז דא ישראל.
¶9וואס דאס ווערט ”ויעקב הלך לדרכו” איז דערפאר איז אויך דא ווי דער ענין איז, כאמור, אין יעקב ווי דאס איז אין אלקות, הויבט זיך אן די 'המשכה מלמעלה' למטה, שוין גלייך במצוי יום הכיפורים,
¶10דער תכלית הכוונה און שלימות ענין ההליכה לדרכה איז דאך, אז ס'זאל זיין אין 'עולם הזה' א תחתון שאין תחתון למטה הימנו, וואס דערפאר איז דאס ווי גערעדט בשם רבינו נשיאינו נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז מוצאי 'שמחת תורה' איז די הכרזה פון ”ויעקב הלך לדרכו” וואס מוצאי 'שמחת תורה' איז דאך דעמאלט, ווי בפשטות,
¶11גייט מען ארויס פון דער מרובר במועדות, וואס דאס איז ממועדות כפשוטם ענדיקט זיך דאס מיט 'שמחת תורה'.
¶12יתרו חג דארף מען האבן א באזונדער ציווי, און דער ציווי באשטייט אין דערויף אז דאס דארף זיין און ווערט אויסגעפירט אויף דעם אופן פון אסרו, וואס איצטער איז דאך דער פשוטו של ענין אז דאס דארף מען צובינדן, ווארום 'מצד עצמו' איז דאס גאר אן אנדער ענין.
¶13און אפילו צובינדן איז דאך דאס ניט אן ענין ווי מ'זאגט אין דעם לשון פון התקשרות אדער נאכמער התאחדות, אז דאס ווערט איין זאך, נאר די זאך פון צובינדן איז, אז ס'איז צוויי באזונדערע זאכן, זיי זיינען אבער צוזאמענגעבונדן דורך א דבר שלישי, אט ווי דבר שלישי זאל ניט זיין, און נאכן צוזאמענבינדן זעט מען אויך, אז ס'איז צוויי באזונדערע זאכן.
¶14דערנאך איז דא ווי דאס קומט אראפ נאכמער בפשטות, וואס דערפאר איז דאך אפילו לאחרי 'שמחת תורה' זאגט מען דאך אויך ניט קיין תחנון, וואס תחנון איז פארבונדן מיט עניני חול,
¶15וויבאלד אז דאס איז חול קען דאך דארט ניט זיין די ענינים וואס אויף זיי דארף מען האבן א חינון, תחנון, און מ'קען דאס ניט אפלייגן אויף מארגן, וואס ס'איז גלייך נוגע צו המשך העבודה,
¶16איז דאך מנהג וואס דער אלטער רבי ברענגט אים אראפ, און אזוי איז דאך די מעשה בפועל, ”מנהג ישראל תורה” הוא, אז מ'זאגט ניט תחנון אפילו לאחרי מוצאי 'שמחת תורה', ביז ס'ענדיקט זיך גאנץ חודש תשרי,
¶17אפילו אז ס'ענדיקט זיך חודש תשרי זאגט מען נאך אלץ ניט קיין תחנון, אע"פ וואס דאס איז שוין א נייער חודש, איז דאך אבער בכל שכן וקל וחומר דער ערשטער טאג פון ראש חודש, איז ער דאך צוזאמען וואס דאס איז ראש חודש פון חשון איז דאס אויך א יום שלשים פון חודש תשרי,
¶18אפילו דער צווייטער טאג ראש חודש וואס איז אינגאנצן חשון איז דאך אויך ניט קיין ”יום המעשה”, במילא איז דאס ניט דער ענין פון 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנה דאס איז דער ענין פון עשי' ומעשה, און ראש חודש איז ניט קיין ענין פון ”יום המעשה”,
¶19במילא זאגט מען אויך קיין תחנון ניט, מדוברין לחול מיט ענינים האמורים לעיל.
¶20וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז שלימות, אין דורכפירן די עבודה בשלימות פון ”ויעקב הלוך לדרכו”, וואס דאס איז, ווען דאס דערגרייכט און מאכט איבער דעם תחתון אין דעם 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו, וואס דאס איז דער ענין העשי' שבו, איז דאס בשעת ס'ענדיקט זיך חודש תשרי, און ס'ענדיקט זיך דער ראש חודש פון חשון,
¶21און ס'הויבט זיך אן די ימי המעשה פון חשון אט דעמאלט איז דא די שלימות אין דער עבודה פון ”ויעקב הלוך לדרכו”, אין דער דרגא פון אין תחתון למטה הימנו.
¶22ס'איז דא די שלימות, וויבאלד אז ”תורת אמת” זאגט אז ”ויעקב הלוך לדרכו” איז מצאי יום הכיפורי איז דערפון פארשטאנדיק אז דעמאלט איז אויך דא די שלימות, דאס איז אבער אט די שלימות צו וועלכע מ'קען דערגרייכן דעם מעמד ומצב ווי מ'שטייט במצעי יום הכיפורי.
¶23וואס דאס איז דאך א מעמד ומצב נעלה ביותר, מ'איז ערשט אנגעקומען נאך דעם ”לשנה הבאה בירושלים”, וואס ווערט געזאגט דורך יעדער אידן, צוזאמען מיט אלע אידן, ביז דאס ווערט געזאגט דורך 'כלל ישראל'.
¶24און דער זאגן קומט לאחרי ווי ס'איז דא דלפני זה די שבעה פעמים, הוי' האלקים ושלשה פעמים, ”ברוך שם כבוד מלכותו” און פעם אחת דער שמע ישראל, וואס דאס איז ענין של 'מסירת נפש' בכח, וואס ווערט פאררעכנט ווי 'מסירת נפש' בפועל, וואס דאס איז דאך 'תכלית השלימות'
¶25אין 'עבודת האדם', אפילו מער ווי שלימותה בתורה, ווי שלימות אין תורה, וואס דאס איז ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא”, ווי גערעדט כמה פעמים וואס חסידות ברענגט אויף דערויף די ראיה,
¶26פון דעם פוסק לכל הדורות, וואס דאס איז דער בית יוסף אז דאס וואס מ'האט אים פארביטן, אז אנשטאט דערויף וואס ער זאל מתעלת בשלהוביתא,
¶27האבן 'מסירת נפש' בפועל, זאל ער דערנאך האבן כמה וכמה עשירי' שנים, און וואס אין די יארן האט ער משלים געווען און אפגעדרוקט און ס'האט זיך אפגעדרוקט דער ”שולחן ערוך שלו, לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא” לכמה וכמה דורות, זאגט מען אז דאס איז א ענין פון היפך השכר, ווארום 'מסירת נפש' איז נאך העכער דערפון,
¶28אבער אעפ", כאמור, ביחד אין תכלית העילוי מצד די פנימיות הענינים, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן אויספירן דעם אויבערשטן'ס תענוג, און ווי געבראכט פון רבי'ן נשמתו עדן וואס ער ברענגט דעם פתגם פון דעם אלטן רבי'ן אז בריאת העולמות איז נתאוה הקב"ה, און א תענוג איז ניטא קיין קשיא,
¶29איז דאס איז דא ניט אין דעם ארט וואו ס'איז שלימות הכחות, ניט אין דעם ארט וואס כחות שטייען בכח, מיט די אלע פרטים וענינים וביאורים בזה, נאר דאס איז דוקא אין עשי' בפועל, וכאמור, בלשון פון דעם תניא, אין א תחתון שאין תחתון למטה הימנה, וואס דאס איז דוקא אין ביום המעשה.
¶30וואס דערפאר איז דאס ניט קיין סתירה חס ושלום, אז מ'זאגט אז ”ויעקב הלוך לדרכו” דאס איז שלימות אין דעם מעמד ומצב פון רוחניות, בדוגמא ווי ס'איז דא בכמה ענינים,
¶31און ווי מ'פרעגט אויך בנוגע צו 'כללות ענין' המצוות, אז איז דאך דא דער ענין פון ושלמה פרים שפתינו פרעגט מען אויף דערויף די שטורעמדיקע שאלה, פארוואס זאגט מען אז דאס איז ניט די 'תכלית השלימות' לכאורה, רוחניות הענינים איז דאך העכער פון די גשמיות הענינים.
¶32אז מ'ברענגט א קרבן פון א בהמה כפשוטה, איז דאך דאס נידעריקער ווי דעם קרבן וואס ער ברענגט פון זיין 'נפש הבהמית', דורך דערויף וואס ער איז מתפלל, אדער ער לערנט ”הלכות עולם”.
¶33אעפ' כן איז מען מסביר, אז ס'איז מערניט ווי ”אונשלמה פרים שפשינו” און לעתיד לבוא איז כתוב על פי כתוב, אלא כשיבנה בית המקדש אביך אתה שמונה אף על פי כן ווערט דאס אנגערופן ”קודם שנבנה בית” המקדש, זאגט מען אז דאס איז אונשלמה אז דאס איז תשלומין,
¶34וואס תשלומין איז דאס אויך פון לשון שלימות, אז דאס וואס איז פרים איז דא דער שלימות אין דעם מעמד ומצב ווי ס'קען ניט זיין מערניט ווי דער ענין פון שפתנו בדיבור ובמחשבה.
¶35וואס עד"ז איז דאס אויך דא, אז דער מעמד ומצב פון מוצאי יום הכיפורים, וואס ווי אויך ווי דער ענין איז בפשטות ווי ער זאגט אין מדרש אז מוצאי יום הכיפורים, וואס דאס איז כולל אויך די ארבעה ימים שלאחרי זה,
¶36איז מען טרוט און מ'ליגט אין ענין פון צוגרייטן סוכה און די ד' מינים וכו' איז אט דעמאלט איז דאס א מעמד רוחני בערך פון דעם מעמד שלאחרי זה, און אין דעם מעמד ומצב איז דאס איז דער 'תכלית השלימות', און וואס דערפאר זאגט מען אויף דערויף ”ויעקב הלוך לדרכי” 'תכלית השלימות' אין דער הליכה פון יעקב'ן לדרכי.
¶37דערנאך אבער, אז די נשמה שבגוף קומט אראפ אין תחתון פון דעם עולם התחתון אז ס'קומט ”יום המעשה” איז אט דעמאלט דארף מען צוקומען צו דער שלימות לפי מעמד ומצב ההוא, און כמבואר די מעלה פון גשמיות,
¶38אז דוקא אז די שלימות איז העכער און העכער באין ערוך פון די שלימות צו וועלכע ער האט דערגרייכט ווען ס'איז געווען ”ונשלמה פרים שפתינו”, עכ"פ מעשה ניט אין אן אופן פון ”יום המעשה”, בדוגמא ווי מ'זאגט אויף שבת אז ס'איז דא לכאורה דער גאנצער מעולם העשי', ובחיצוני זעט מען ניט קיין אונטערשיד.
¶39אעפ", איז דאס ווי 'עולם העשי'' שטייט און באקומט חיות פון מחשבה ניט פון דיבור, ווארום פון דיבור איז דעמאלט איז שבת ויהי נפש.
¶40על דרך זה איז אט די שלימות, דוקא מצד דערויף וואס דאס איז אין א ”יום המעשה”, ובמילא אין ענינים של עשי' בפועל, און 'אובדון דחול', און תחתון שאין תחתון למטה הימנו,
¶41איז דוקא דאס דערגרייכט און נעמט, און ס'ווערט איין זאך, מיט דאס וואס אין גבוה למעלה הימנו, ביז למעלה מכל גדר גבוה, ובלשון פון דעם אלטן רבי'ן אז ס'איז אזא ענין וואס ווערט אנגערופן עונג, און עונג פון ”שעשועו המלך בעצמותו”, וואס דארט איז ניטא די גאנצע מציאות פון פרעגן א קשיא מיט א שאלה וכו'.
¶42וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די סיבות אויף די התוועדות ווען ס'הויבט זיך אן דער ”ויעקב הלוך לדרכו”, און אין אזא מין אופן אז מ'קען דערגרייכן צו 'תכלית השלימות' בזה, וואס דאס איז ווען ס'הויבט זיך אן ימי המעשה, וואס דאס הויבט זיך אן ווען ס'ענדיקט זיך ראש חודש חשון,
¶43און ס'הויבט זיך אן דער טאג לאחרי זה, אין א קביעות וואס דאס איז א ”יום המעשה”.
¶44און וואס אין די ענינים, אין עניני חול, איז דאך ”היום הולך אחר הלילה”, הויבט זיך דאס אן גלייך מיט שקיעת החמה, עאכו"כ צאת הכוכבים פון ב' חשון, וואס דאס איז דער זמן פון דרית ועדית.
¶45כמדובר כמה פעמים, לעבט מען אין אזא מין צייט אז מ'דארף מאכן א ענין אין געשמאק בא יעדערן, אפילו וואס ביי אים לייגט זיך נאך ניט די ענינים האמורים, אדער וואס ניט נאר ס'לייגט זיך נאך ניט ביי אים ער האט גאר אפשר א שאלה בדבר, במילא וועט זיך אים אויך פעלן אין דער השתתפות אדער אין שלימות ההשתתפות,
¶46וועט מען מסתר מסדר זיין, אז ס'וועט אויך זיין א 'שבע ברכות', וואס אט דעמאלט איז דאך לכל הדיעות איז דאס א שמחה, און על פי תורה און מן התורה, מיט אלע ענינים וואס ס'איז דא אין א שמחה, ובמילא איז דאך אויך ברוב אים,
¶47ווי ס'שטייט בין כל עניני הכנסת כלה, דארף דאס זיין דוקא ברוב אים, ווי די גמרא איז דאס מסביר אין כתובות, אז ס'איז גאר אויף דערויף ניטא קיין הגבלות, און דאס האט דאך אויך א קשר מיוחד מיט דעם ענין וואס דער סיום וחותם פון חודש תשרי איז דאס דער ענין פון 'שמחת תורה',
¶48וואס דאס איז דאך פארבונדן ביז וואנענט אז ס'ווערט איין זאך מיט שמחת חתן וכלה, און מ'זאגט אז כל המשמח חתן וכלה, במילא איז ער זכר לתורה, און גלייך זאגט מען, אז דאס קומט אויך ארויס בגלוי, אז דא שטייט ”חמשה קולות” און דא שטייט אויך ”שניתנה בחמשה קולות”.
¶49און דאס קומט אראפ, ווי פארשטאנדיק פון די דרושים פון צמח צדק, אויף ”בן פירת יוסף”, וואו ער ברענגט אראפ אז חמשה פעמים קול, ”חמשה קולות” איז בגימטריא פירות, ווארום פירות שטייט א חסר ווי.
¶50וואס דער ענין פון יוסף'ן איז דאך, ווי מ'זאגט אז די גאולה האמיתית והשלימה ”יוסף הוי' שנית ידו” אז די גאולה הקרובה לבוא, איז גאולה האמיתית והשלימה, ווערט זי אנגערופן די גאולה שני', יוסף שני',
¶51ווארום די גאולות שבינתיים זיינען ניט געווען קיין גאולה שלימה, ככמה אידן זיינען געבליבן אין גלות, איז פארשטאנדיק מצד אבת ישראל אז די אידן וואס זיינען ארויס פון גלות איז בא זיי אויך ניט געווען קיין גאולה כדבעי, וויסנדיק אז כמה פון די אידן געפינען זיך אין גלות,
¶52משא' כן די גאולה שני איז פונקט ווי גאולה ראשונה, ווי כימי צאתך קיינער בלייבט ניט אין גלות.
¶53וואס דאס איז דאך אויך אין דעם לשון וואס מ'זאגט אין קדושת כתר, אז ס'וועט זיין שנית, אע' פי וואס ס'איז דאך דא ד' גלות און ד' גאולות וכו' דאס איז אבער די גאולה האמיתית איז געווען ”ימי צאתך מארץ מצרים”,
¶54ובאמת לאמיתתו גאולה שאין אחרי' גלות, וואס ”רוח הטומאה אעביר מן הארץ” איז דאס בביאת משיח צדקנו.
¶55וואס דאס קומט דורך יוסף הוי' שנית, ווי אזוי איז דער יוסף הוי' שונות דורך דערויף וואס יעדער איד איז יוסף לי הוי' 'בן אחר' ווי דער צמח צדק טייטשט אפ, אז דער תוכן הכתוב איז אויף מאכן פון אחר זאל מען מאכן א בן,
¶56וואס דאס איז דאך אין יעדער ענין של תורה ומצוותי' מאכט מען דאך פון א ענין של רשות, א ענין אז דאס זאל ווערן א בן, א דירה לו יתברך, ביז א בן לו יתברך,
¶57און נאך טיפער, אז מ'מאכט פון אחר דורך עבודת התשובה, אז זדונות זאל נעשה לו כזחית אז דאס איז דאך אחר שאין מחוצה הימנו, זאל דערפון ווערן בן, און דאס איז די אמיתית העבודה פון יוסף, וואס דאס ווערט דורך ”בן פירת יוסף”, אז הולך ומוסיף ואור,
¶58און ווי געזאגט אין די פריערדיקע התוועדות, אז דער ענין פון ברכת יוסף, וואס דאס איז דאך כולל פון שמים מעל ביז צום רובתת תחת, כל סדר ההשתלשלות און נאך העכער.
¶59און די כל ענינים אלו זאלן ברענגען ”בפועל, ולמטה מעשרה טפחים”, ובענין אז מ'וועט דאס זען אין ראי' מוחשית, וואס דאס איז דאך ביידע זאכן דאס איז א ראי' שאין תחתון למטה הימנו, לכאורה קומט דאס ניט צו דעם ענין פון ראי' סכלית,
¶60עאכו"כ צו די ראי' בשלימותא, ווי דאס איז אין חכמה און דעת וכו' וכל הפרטים שבדבר.
¶61איז דוקא דורך אין ראי' מוחשית באשטייט די מעלה פון מתן-תורה, און די מעלה ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, אז ”לא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך” ווי ער זאגט אין ספר תניא קדישא,
¶62אז ”כן תהי' לנו” בקרוב ממש, ובעגלא דידן, אז מ'וועט זען ”עיניך רואות את מוריך” ובשמחה וטוב לבב.