transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1בהקדים, וואס לכאורה געפינט מען, אז מ'מאכט פון א מאורע וואס איז פארבונדן מיט אן ענין פרטי און מיט אן איש פרטי, מאכט מען דערפון א גאנצן טומל, און מ'מישט אין דערויף אריין כמה וכמה, ביז וואנענט אז ס'האט דא אזוינע וואס מישן אין דערויף אריין כל בני ישראל און כל העולם כולו, וואס לכאורה דארף דאך דאס האבן א ביאור, ובפרט נאך על פי ההלכה, איז אפילו בא אידן, ואדרבא דוקא בא אידן, איז נוגע כמות, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז אחרי רבים להטות און אז בית דין איז מכריע דוקא כדעת הרוב וכו'וכו,' און דא איז פארבינדט מען אן ענין פון אן ענין פרטי און אן איש פרטי וכו'ו מיט כל העולם כולו. ועד כדי כך, אז מ'פארבינדט דאס אויך אין צוזאמענהיינג מיטן אויבערשטן, ווי מ'זאגט דאך אין דעם נוסח פון יתגדל ויתקדש גלייך אין אנהויבס זאגט מען יתגדל ויתקדש שמו רבה, וכמבואר בארוכה אין די מפרשי פירוש המילות פון תפילה, און אויך אין פוספות, אז בשעת ס'קומט א קליין קינד, אדער א ערוואקסענער, כמדובר גאר, אז דער ענין פון קדיש איז גאר געמאכט געווארן דער עיקר פאר קטנים, רחמנא ליצלן, אויב אזוי טרעפט דאס, משא'כן גדולים איז גאר דער עיקר דער לימוד התורה און די ענינים פון צדקה און עציות בכלל, זעט מען, אז וואס זאגט דא דער פיצל קינד ווען רחמנא ליצלן טרעפט ביי אים אזא מין זאך, איז מען גלייך נאך אין אנהויבס, איידער ער איז מבאר בארוכה מיט די אלע פרטים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין קדיש זאגט ער גלייך, אז ניט סתם אז דאס טוט עפעס אויף באבונדן מיטן אויבערשטן, נאר ער,
¶2דורך זיין זאגן טוט אויף, אז ס'ווערט א התגדלות אין דעם אויבערשטן, און נאך מערער, ניט נאר אן ענין פון התגדל, וואס כפשוטו איז דאך דאס אן ענין של כמות, נאר אויך ווי התקדש, וואס דאס איז אן ענין רוחני, אן ענין של איכות, און דאס איז געבונדן מיטן אויבערשטן, ניט סתם ווי דער אויבערשטער איז בורא עולמות, וכיוצא בזה, וואס דאס איז דאך שוין אויך באין ערוך צו כל סדר השתלשלות, וואס ביאת העולמות איז דאך דוקא מצד דערויף וואס לא קדמו לו סיבה ואילה, חס ושלום, נאר מיט וואס פארבינדט ער דאס? אזוי ווי בא דעם אויבערשטן איז דא שמו, און אין שמו גופא איז דא כמה דרגות, ביז וואנענט אז ס'איז דא שמו רבא, איז אט דער שמו רבה וואס איז פארבונדן מיט עצמות ומהות, איז בשעת ס'קומט אין פארבינדונג מיט א מאורע פרטי פון אן איש פרטי און מיט א קליין קינד שהגיע לחינוך האט ער בכח, ווארום דאס האט ער געזאגט אזוי תורת אמת, וואס זי איז אויך תורת חיים, דוקא צו נשמות בגופים, בעולם הזה הגשמי החומרי, אז אט דער זאגן וועט אויפטאן, אז דער שמו רבה פון דעם אויבערשטן וועט אין אים צוקומען אין אן אופן פון יתגדל און אויך פון יתקדיש. און דאס ווערט ניט אן בפשטות בכל תפוצות ישראל, הי'לא תהי'פארבונדן מיט אזא מין ענין, ס'קען דאך אויב אויך זיין פארבונדן, ס'איז דאך דא דער ענין פון עמידת קדיש דרבנן, אז דוקא אז מ'איז מוסיף אין לימוד התורה, און מ'מאכט דאס ברוב פיום, אדער ברוב עם, על כל פנים עשרה מישראל, וואס דאס איז דאך פיקודי הוי'ישרים ישמחו לאו, בפרט נאך אז דאס איז פארבונדן מיט א פארבינדונג און א התאחדות פון עשרה מישראל, וואס דער ענין פון א מנין איז דאך ניט סתם אז ס'קלייבן זיך צוזאמען
¶3צען אידן וועלן זיי שטייען אין אן ענין וואס דאס איז פארבונדן מיט א דבר טוב, אדער זיי שטייען בקירוב ובאהבת ישראל כדי א מנין זאל אויפטאן ענינו דארף מען האבן א מציאות חדשה, וואס דעמאלט איז דאס ניט צען ענינים, צען אידן, וואס זיי האבן זיך צוזאמענגעקליבן, נאר ס'ווערט אן עדה קדושה, עודה לשון יחיד, און מיט וואס איז דאס פארבונדן? כאמור לעיל מיט הקדש דרבנן, אויך מיט תורה אחת, וואס איז פארבונדן אויך מיט וואס איז געגעבן געווארן פון הוי'אחד, כמדובר בארוכה כמה פעמים. וואס אט דא זעט מען ווי אזוי אין א דבר של שמחה הכי גדולה, ווי מ'מאכט א סיום, אדער סתם א סעודה איז פארבונדן מיט תורה וכיוצא בזה, וכולל במיוחד לערנען תורה, און דאס איז בעשרה מישראל איז דער דין אויף יקוד הוי'ישרים משמחי לב, און דאס טוט-אויף א שמחה ביז אין שמו רבה, ביז וואנענט אז די שמחה פועל'ט אויף אין דעם שמו רבה, אז ס'זאל זיין התגדל והתקדש. און ס'איז גאר קיין נפקא מינה ניט, ווי מ'זעט דאך בפשטות, און ווי נשיא דורנו דער רבי דער שווער האט כמה פעמים מדגיש געווען דעם לימוד פון עין יעקב, וואס דאס איז דאך אויך מיוחד ווי ביי אלע נשיאים, מיוסד און הויבט זיך אן ביז וואנענט מ'געפינט דאס בגלוי אויך ביים אלטן רבי'ן באגרת הקודש שלו, אז בלימוד פון עין יעקב וואס ווי מ'זעט דאך בפשטות דער לימוד פון עין יעקב, בפרט נאך בהדגשה פון נשיא דורנו איז, דוקא פארבונדן מיט די וואס זיי זיינען ניט שייך צו לימוד א דף יומי אדער הלכה יומית, וכיוצא בזה הלימוד והלכה שבתורה, אדער פולי דאורייתא האבן זיי לימוד אין אין יעקב וואס דאס איז א מנהג בתפוצות ישראל, כמודגש אין די שיחות האמורות,
¶4ווי דער אלטער רבי איז גלייך מדגיש, אז עין יעקב איז רוב סודות התורה זיינען גאר גנוזות בזה. וואס דער פירוש הפשוט בזה איז דאך, אז ס'איז דוקא אין עין יעקב, משא'כ לימוד הלכה שבתורה, איז ניט אלעמאל אט דא דער ענין און ניט אלעמאל איז סודות התורה, עאכו אט דאס זעט די הדגשה על פי תורה, און על פי תורת חיים, ווי ס'קומט אראפ אין א הנהגה, און א הנהגה אפילו פון פיצלעך קינדער, ווי זיי ענטפערן אמן אויף הקדש דרבנן, וואס ס'ווערט געלערנט טאקע לאחרי בר מצוה, אבער די קינדער וואס געפינען זיך דעמאלט ענטפערן אמן, און דערנאך ענטפערן זיי דאך אמן אויך אמן יהי שמו ירבא מבורך די הדגשה בזה, אז אויך צו זיי, ואדרבא דורך זיי, כמדובר לעיל, אמירת קדיש איז גאר בעיקר מצד צוליב קטנים, איז אויך אין דעם שמי רבה טוען זיי אויף דער מברך לעלם ולעלמה אל וי וואס נוסף אויף דעם ענין גופא געפינט מען דאך כמה לימודים וואס מ'פארגלייכט א סילוק נשמה, ניט פאר קיין מענטשן געדאכט, ניט פאר קיין אידן געדאכט, פארגלייכט מען דאס צו ענין פון מתן תורה און סילוק פון מתן תורה, ועד כדי כך אז דאס איז פארבונדן מיט א הלכה במעשה בפועל, בנוגע צו דעם מספר המלוים, דארף מען זיך משתדל זיין אז ס'זאל זיין וואס מערער, ביז ששים ריבוא מישראל, און ווי ס'שטייט אויף דערוף דער טעם, אז סילוקה דארף זיין כנתינתא,
¶5און א נשמה פון א פיצל בישראל, און וואס מ'ווייס ניט וואס פון אים וועט אויסוואקסן, און נאך מערער, לויט דעם סיפור וואס מ'ברענגט אין מעשה פון רבי עקיבא בנוגע צו אמירת קדיש, רעדט זיך דאך דארטן דעם סיפור אז דאס רעדט זיך וועגן אזא וואס ער איז געווען גאר ווייט פון א גדול מישראל, אפילו ניט פון א בינוני מישראל, אפילו ניט פון א פשוט בישראל, וואס דא זעט מען אויף וויפל א פרט, און אן ענין פרטי פון דעם פרט, איז נוגע ניט נאר צו הקרובים אליו, נאר נוגע צו כלל ישראל, און נאכמערער ס'איז נוגע צו כל סדר ההשתלשלות, און אין סדר ההשתלשלות, ווי דאס איז פארבונדן ניט סתם מיט בראשית ברא אלקים, וואס דאך את השמים ואת הארץ איז דאך כולל כל סדר השתלשלות, ווי ער טייטשט דאס אפ אין זהר, אז דאס גייט אויף די עשר ספירות, און ערשט דערנאך ווערט דאס נשתלשל, ביז שמים וארץ גשמיים ותחתונים, כמדובר בארוכה כמה פעמים, און דערצו איז נאך דא וואס דאס איז וואס הלך לקלות לשם איז דאס איז געווארן די בריאת העולמות, דערנאך איז דא דער ענין פון שמו רבה, און נאך מער דער התגדל והתקדש שמו רבה, און דאס איז פארבונדן דערמיט וואס א פיצל קינד שהרגיע לחינוך, און מ'איז אים מחנך על פי דרכו טאקע, אבער ביחד עם זה ווי חינוך איז אנגעוויזן אין תורה, איז אט דעמאלט זאגט ער, און זאגט דאס על פי ציווי תורת אמת, אז דאס איז יתגדל ויתקדש שמי רבה, וואס דאס האט דאך אין זיך די ביידע אפטייטש, און ווי חסידות טייטשט אפ סיי דער ענין פון בקשה ותפילה, און סיי דער ענין פון הבטחה,
¶6סיי דער ענין פון ודאות, וכמדובר לעיל, איז קומט דאך אראפ ענינים עיקריים, לאו דוקא מיט ענינים וואס טרעפן זיך מזמן לזמן, נאר ביז אין חיי יום יום, זעט מען דאך, אז בשעת ס'איז דא א קינד שהגיע לחינוך, און מ'הייסט אים און מ'איז אים מחנך צווישן כל שאר הענינים, ער זאל אנהויבן טראגן א טעלות קטן, און זאל אויך דערציילטן אים וואס א טעלות קטן איז? דערציילט אים אין פסוק, און א פסוק פשוטו של מקרא, אז דאס איז פארבונדן מיט ושכרתם את כל מצוותי אז די אלע מצוות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן, און האט דאס געגעבן על ידי משה מסיני לכל עם ישראל עד סוף כל הדורות, די דורות שלפני זה, איז דורך דערויף וואס א קליין קינד טוט אן א טלת קטן, איז שוין אין דערויף דא על פי תורת אמת, אז דאס דערמאנט א כל מצוות התורה, און נאך מערער די הדגשה בזה את כל מצוותי, ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ, אז אין מצוות איז דא צוויי ענינים, ווי מ'טוט די מצוה, און דאס איז מצוות השם, און דערנאך איז דא די מצוה ווי ס'ווערט געטאן פון דעם אויבערשטן אליין, וואס דאס איז מצוותיי. און אט דער תלית, וואס ער איז בפירוש א תלית קטן, און דאס איז אנגעטאן געווארן על ידי א קטן בישראל, זאגט מען גלייך, אז דאס דערמאנט ניט סתם די מצוה פון ציצית, און ניט נאר די מצוה פון ציצית פון א גדול בישראל, נאר דאס דערמאנט אז די מצוה ציצית ווי דאס איז איינע פון די אלע מצוות, און דערמאנט דאס אין אזא אופן, אז דורך דער איין און איינציקער מצוה פון דעם טלת קטן
¶7דערמאנט מען כל מצוותי, און דאס דערמאנט אין אן אופן, כאמור, אז דאס איז מצוותי ווי דאס איז דער תכלית השלימות ווי ס'איז דא אין מצוות, און מ'זאגט גלייך, אז דאס איז ניט שתם א זכירה, און דאס בלייבט אין עולם הזכרון, אדער אין עולם המחשבה, אדער על כל פנים אין עולם הדיבור, נאר דאס ווערט גלייך שכרתם את כל מצוותי כדי דערנאך זאל דאס אראפקומען אין קיום המצוות במעשה בפועל, וואס דאס איז דאך דער פירוש הפשוט אין פשוטו של מקרא. און מיט וואס איז דאס פארבונדן? כאמור, די שלימות הכי גדולה, מצוותי און כל מצוותי, און אין אן אופן פון ורעיתם אותה וואס דאס איז דאך דער תכלית השלימות התאחדות וואס ס'איז דא צווישן דעם מענטשן וואס זעט און דעם ענין וואס ער זעט, איז דאך דאס ע לידי חושה ראי'און אינו דומה שמיה לראי אז מ'קען דאס גאר ניט פארגלייכן, דורך וואס ווערט דאס אויפגעטאן? דורך אן ענין פרטי פון אן איש פרטי און פון א קטן פרטי, און וואס דאס האט געטראפן איין מאל אין א וואכעדיקן טאג, מבלי כל הכנה לזה, ווארום וראיתם אותו וזכרתם איז ניט פארבונדן אן דער הכנה, וואס דער וואס טראגט דעם טלת קטן האט געהאט דערצו, בשעת איינער קומט צוגיין און גיט א קוק אויף דערויף, איז אים קיין נפקא מינה ניט וואס איז געווען די הכנה און דער ענין פון דעם וואס טראגט דעם טלת קטן, וויבאלד אז ער דערזעט דאס, איז תורה מבטיח, אז דאס וועט ברענגען וזכרתם און דאס וועט מזכיר-זיין כל מצוותי, און אין אן אופן אז דאס וועט דערנאך ברענגען זייער קיום, ביז אז דאס וועט אויך ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה כהמשך והסיום, וואס מ'פארבינדט דאס מיט יציאת מצרים, כי צאתה מארץ מצרים, וואס כימי צאתך מארץ
¶8מצרים, איז דאס איז דאך די הכנה און דער פתיחת הדרך צו אראנו נפלאו די גאולה האמיתית והשלימה במהרה בימינו ממש, והקיצו ורנם ושוכני עפר, ובמהרה בימינו, ולא עיכבם אפילו כהרף היים. וואס אט דא זעט מען במעשה בפועל, און נאכמערער בחיי יום יום, און עד כדי כך, אז דאס איז מען אזוי מחנך קלייניקע אידעלאך, צי אינגעלאך אדער מיידעלאך, אז זיי זאלן שוין וויסן אז זייער פעולה זייער מעשה, וואס א קטן איז דאך יש לו מעשה מיטן גאנצן שטורעם והלכה פארלאנגט, על אחת כמה וכמה אז דאס איז א מעשה וואס איז פארבונדן ורעיתם פון א גדול, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות אויך דער שטורעם שבדבר, און מיט וואס איז דאס פארבונדן? כאמור לעיל מיט א מעשה פרטי, און דערנאך טוט דאס אויף בכל עם בני ישראל ווי זיי זיינען קיימים בהוה, און טוט אויך אויף בכל עם בני ישראל אין די דורות שלאחרי זה, ווארום אז מצוות זיינען דאך יחוד זה למעלה ונצחי, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס איז א ענין נצחי פועל'ט דאס, און דאס ווערט נמשך סוף-כל-סוף אויך למטה, און במעשה בפועל, ובפרט נאך כמדובר כמה פעמים דעם פסק-דין ברור אין רמב,"ם, אז דורך המעשה אחד, אדער אפילו דיבור אחד, אדער מחשבה אחת, איז מכריע עצמו וכל העולם כולו ומביא ישועה והצלה.
¶9ובפרט נאך ווי דער פירוש הפשוט בזה איז דאך אויך, אז אויב דאס איז פארבונדן אז ס'זאל זיין דער רובא זכאי וואס אט דעמאלט איז ברענגט ווערט די גאולה האמיתית והשלימה איז דאך דאס נוגע צו כל בני ישראל שבחל העולם כולו, נוגע צו כל העולם כולו, און נאך מערער דאס איז נוגע צו כל הדורות שלפני זה, ווארום די גאולה האמיתית והשלימה מאכט זיך איבער, אין אן אופן עיקרי, די אלע דורות שלפני זה, כמובן וגם פשוט פון די שינויים וואס וועלן זיין לאחרי הגאולה האמיתית והשלימה, אפילו לדברי הרמב,"ם, וואס ער פסק'נט נאך די דיעה, אז אין ימות המשיח זמנה זה לשיעבוד גליות בלבד, איז דאך שיעבוד גליות בלבד אן ענין עיקרי אין עבודת הוי'כמצות רצונך, בפרט נאך אז שיעבוד גליות איז דאך פארבונדן מיט שיעבוד גליות ברוחניות, און מ'איז מבטל לשיעבוד גליות ברוחניות איז דאך דאס א דבר הכי עיקרי.
¶10ובמיוחד נאך, אז דאס איז דאך מערניט ווי אין דער תקופה הראשונה פון ימות המשיח, משא נכן לאחרי זה איז דאך, כמדובר כמה פעמים, ווי שרייבט דער רמב אז אליין בארוכה, באיגרות שלו, אז דערנאך וועט זיין דער זמן פון תחיית המתים וכיוצא בזה, וואס דאס איז דאך א שינוי מנהגו של עולם אין אן אופן הכי עיקרי, ובפרט נאך לויט דער הכרעה, אז דעמאלט וועט דאס זיין חיים נצחיים, וואס דאס איז דער היפך ווי ס'האט געקומען על ידי חטא עץ הדת, וואס דאס איז געווען פארבונדן מיט ובילוי המות, און נאך מערער ווי ס'איז געווען קודם החטא, איז דעמאלט איז דאך געווען א נפשריות אויף חטא עץ הדת, דא ראיית איז פלק אראפגעקומען בפועל, משא'כן לעתיד לבוא, וואס ובילה המבות לנצח איז דאך דעמאלט את רוח הטומאה אעביר מן הארץ וועט דאס ווערן חיים נצחיים, אז ס'איז גאר ניטא קיין אפשריות אויף א דבר בלתי רצוי. און מיט וואס איז די אלע ענינים האמורים פארבונדן ביז אין א הלכה בפועל? איז ווי דער רמב'ם זאגט, מיט א מעשה פרטי פון א איש פרטי אין א זמן פרטי לאו דוקא אין ארץ הקודש, און אפילו אין חוץ-לארץ, כמוסכר לעיל.
¶11וואס דאס איז דער פירוש בפשטות, און פארבונדן אויך מיט כמה הלכות אין וועלכע דאס קומט ארויס בהנוגע להלכה למעשה בפועל, אנהויבנדיק פון ענין הציצית, און אנהויבנדיק פון קדיש דרבנן לאחרי לימוד התורה אין א פריילעכן אופן בטוב הנראה והנגלה בעשרה מישראל, כמוזכר לעיל, וכמה וכמה דוגמאות בזה. וואס דאס איז אויך פארבונדן מיטן שיעור פארבונדן מיט היינטיקן טאג, דאס הייסט מיטן טאג ווען ס'ענדיקט זיך די שלשים, וואס דאס איז דער טאג יום חמשה בשבוע זה, וואס דאס איז ויקהל פקודו ווען זיי זיינען מחוברים, וואס דארטן רעדט זיך וועגן דעם ענין פון חושן און עופד, חושן ותורים טומים און דער אופת, און ס'רעדט זיך ניט ווי ס'רעדט זיך אין די פריערדיקע סדרה'ס, ווי אזוי מ'סטראגט אויף דערויף אן מלמעלה, און באווייזט אויף דערויף ווי מ'דארף דאס אפטאן, כמרא אשר הרותה בהר צו משה רבינו, ומשה רבינו גיט דאס דערנאך איבער בדיבור צו דער חכמי לב נאר אין דעם שיעור פון היינטיקן טאג רעדט זיך, ווי אזוי די חכמי לב, על שלוחים פון כל אחד ואחת מישראל, אפילו פון טף, וואס ווי ער זאגט דאך אין אבות ר'נתן האבן זיך אויך טף משתתף געווען אין נדבות המשכן, האבן זיי דאס געטאן במעשה בפועל, און ווי ס'שטייט דאך אין מדרשים געבראכט כמה פעמים, אז דער משכן שעשה משה וכל הקולים שבו זיינען נצחיים, איז דאך דאס איצטער דא במציאות בגשמיות, כמדובר בגן פשוט פון מדרשי חז.ל פון תורת אמת פון תורת חיים, וואס וואס האט מען דארטן? מיט דעם חושן מטומים, צוזאמען מיטן אופט. וואס דאס איז דאך א הוראה כללית, ס'דארף דאך זיין א הוראה במיוחד, אן ענין פרטי, אין עבודה פרטי,
¶12כמדובר כמה פעמים, ווי דער מיטעלער רבי איז דאס מדגיש בכמה מקומות, ביז אין ספרו המדובר ומיוחד וכו'איז די הוראה פרטית פארשטאנדיק אויך פאר א פשוט מישראל, וואס בשעת ער פרעגט וואס איז דאס דער חושן און דער עופן בפשטות, דערציילט מען אים, און אז דאס איז פשוטו של מקרא, אז דער חושן געווען על לבו, און דער עופד איז געווען, ווי באשריבן דער גאנצער סדר פון אים, איז גאר געווען מאחוריו און דארטן גופא איז דאס ניט געווען אין חלק העליון של הגוף, נאר ס'איז געווען דוקא מאחוריו אין חלק התחתון פון הגוף. וואס דאס איז דאך מוחד די פנימיות און די חיצוניות פון א אידן, ביז אין אן אופן ווי דער פסוק איז מדגיש, און דאס איז די מצוה המיוחדה איינע פון תרי'-י'ג'מצוות אויף וועלכע מ'זאגט וזכרתם את כל מצוותי איז אויך אין ענין המצוות לא יזך החושן מעל האופד, ווי דערמאנט אין דעם שיעור פון היינציקן טאג, וואס דאס איז דאך לישר הלבבות ולתקן הדיעות, וואס דאס איז דאך ענינם פון אלע הלכות, בפרט נאך פון מצוות התורה כלליות, ווי דער ענין פון בגדי כהונה וואס זיי האט זיך אנגעטאן דער כהן על שלוחים ובשם, און פון כל בני ישראל, אפילו קטנים שבישראל, ווי דערמאנט פריער אפילו דער טף, איז וואס באווייזט און לערנט לא יזרח החושן מעל העופד אז מ'טאר ניט, ביז וואנענט אז דאס ווערט א ציווי אין תורה, אין דעם ענין פון רמ� מצוות לא תעשה, לא יזך החושטין על העיפי וואס אט דאס זעט מען בפשטות וואס דער לימוד בזה איז, אז דער חושטין וואס ער איז א לבו, און אין אן אופן פון תמיד, וואס דאס איז אין לב עצמו, אין תמידיות, פנימיות הלב,
¶13עופן וואס דאס איז א דגד חיצוני, און פארבונדן מיט א חרב ניט מיט פניו, עאכו כמה וכמה ניט מיטן לב, און דארטן גופא אין חיצוני'ס איז דאס אין חלק התחתון שבו שטייט דאס אין אן אופן און דאס לערנט די פרשה פון היינטיקן טאג, פון יום חמישי, אז ס'זאל זיין לא יזח החושם על העופן, פנימיות לב פון א אידן, מיט דער חלק הכי חיצוני, ניט נאר פון זיין גוף, נאר פון די לבושים שלו, א חלק הכי חיצוני והחלק הכי תחתון איז אט דארטן שטייען זיי אין אן אופן, און תורה זאגט אן אויף דעם, אז דאס איז לא יזח. וואס על דרך זה איז אויך דער לימוד פון דעם שיעור פון רמב״ם פון היינטיקן טאג, פון יום חמישי, וואס ער איז כולל אין זיך דער ענין ווי דער מנהג הנפס ביותר פון ג'פרקים ליום, האט ער אין זיך אויך אין דעם זעלבן שיעור, אין דעם זעלבן טאג, האט מען דעם נוסח ההגדה, און אויך די התחלה פון הלכות שופר וסוכה ולולף.
¶14וואס הלכות ההגדה ווערט געלערנט אין די פריערדיקע שיעורים, משא'כן נוסח ההגדה איז דאס דער שיעור פון היינטיקן טאג. וואס איז דער חילוק פון הלכות ההגדה און נוסח ההגדה? איז בפשטות נוסח ההגדה איז דער ענין ווי דאס שטייט אין דיבור. וכמדובר כמה פעמים, זכר ליציאת מצרים איז דאך דא בכל יום ויום, דאס וואס ס'ווערט אויפגעטאן אין דער הגדה, אז ס'דארף זיין דוקא די הגדה בדיבור ובפה, ואדרבא כל המרבה הרי זה משובח דער ענין הדיבור, ביז וואנענט אז אין דערויף גופא פארנעמען תינוקות, א מקום הכי חשוב, ווי מ'זעט דאס אין סדר ההגדה, איבערגעשטעלט ווי ס'דארף זיין דער סדר, כדי שלא ישנו התינוקות, אז דאס איז אזא מין תינוק וואס מ'דארף האבן א חינוך מיוחד ער זאל ניט אנטשלאפן ווערן, ניט קוקנדיק אויפן גאנצן שטורעם פון יציאת-מצרים שטעלט מען איבער דעם סדר פון גדולים שבישראל, און דאס ווערט א דבר משנה, אז מ'שטעלט איבער דעם סדר כדי שלישנו התינוקות, צווישן זיי אויך שאינו יודע לשול, א תינוק שאינו ידיע לי שול. און מיט וואס איז דאס פארבונדן? עד פתח לו איז דאס פארבונדן דוקא מיט א דיבור ניט נאר א לימוד ההלכה וואס קען לערנען הלכות הגדה קען ער לערנען און דארף לערנען עד דערבה אנהויבן די שלשים יום לפני החג נוסח ההגדה איז פארבונדן דוקא בשעה שיעץ מצה ומרום ונחים לפניך און דעמאלט איז דער אויפטו, אז ס'דארף זיין דוקא בדיבור און אין א כלא דישתמה. דערנאך קומט אין דעם זעלבן שיעור דער ענין פון שופר וסוכה ולולב, כמדובר כמה פעמים, און אויך ווי ער זאגט אין מדרש, אז דער ענין פון סוכה ולולב באווייזן אז ענני צוחאי אז מ'האט מצליח געווען און מנצח געווען
¶15דורך דעם ענין פון תקיעת שופר, און וואס איז דער ענין פון תקיעת שופר איז? בלשון החסידות כלי פנימה בלא שתמה, ביז אויך ווי דער רמב אים ברענגט דאס אראפ, אז תקיעת שופר אף על פי וואס דאס איז גזירות הכתוב איז אויך דא רמז יש בדבר, אין וואס באשטייט דער רמז, ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעם ענין פון א תשובה, ענין התשובה, כל הפנימה דלא ישתמה. און דאס ווערט פאראיינציקט אין דעם זעלבן שיעור דער א-ל וואס ער דארף דוקא זיין בדיבור, אין דערויף באשטייט דער חידוש פון נוסח ההגדה, און דערנאך קומט דאס גלייך אראפ און פארבינדט דאס מיט הלכות שופר, וואס דאס איז כל הפנימה דלא ישתמה, און וואס דאס קומט דערנאך אראפ ביז דער גאולה שלימה ואמיתית על ידי הסוכה ולולא, וואס דעמאלט איז דאך א שמחה הכי גדולה און וואס באווייזט אויף אנע נצוחאי. וואס דאס איז אויך, כמדובר, דער ליישר הלבבות וואס ס'איז דא אין דעם טאג, און ס'איז קיין שאלה ניט, היתכן, ס'איז דאך א מאורע פרטי פון א איש פרטי וכו מאכט מען דערפון א שטורעם, און מ'פארבינדט דאס מיט גאנץ סדר השתלשלות, ביז צו גאולה האמיתיות והשלימה ומחה הוי'דמעה מעל כל פנים, והקיצו ורננא שוכן העפר מיט די הדגשה בדבר, אז ס'וועט זיין דוקא אין אן אופן פון ורננא, וואס דאס איז אויך די הכנה לכל זה איז דאך על ידי מעשינו ועבודתינו, וואס מעשינו ועבודתינו דארף מען דאך אויך זיין דער ענין פון עולה זיין און מוסיף זיין מזמן לזמן
¶16וכל המרבה ומגדיל הרי זה משובח, איז דאך אויך אט דאס וואס מ'האט אויסגעפרואווט, אז מ'קען זיך פארלאזן אויף יעדער אידן, אפילו בדורנו זה, ואדרפא דוקא בדורנו זה, וויבאלד אז אין אים ליגט תכונות מיוחדות, כמדובר לעיל, אז משה הי'ענה אז כל פני האדם אשר על פני מכל האדם אשר על פני האדמה, ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ, אז דאס מיינט מען דעם דרא דעקבתא דמשיחא וואס אל יאש מפני המלעיגים, איז ער דארט מבאר, אז דוקא דער דור האט א מעלה מיוחדה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז יעדערער דארף זיך פארנעמען מיט דעם ענין פון לימוד התורה, וואס דאס איז דאך די אמת'ע הכנה צו מלאה הארץ דעה את הוי'כמים לים מכסים, הכנה מעין צו דער גאולה צו וועלכע מ'גרייט, צו וועלכע מ'היילט, אז זי זאל אראפקומען בהקדם הכי אפשרי, במילא בלייבט דאך ניט קיין צייט, און מ'דארף גאר ניט האבן ענינים תפלים לזה, ווערט דאך די שאלה, ס'איז דאך א נשמה בגוף, און דער אויבערשטער האט איר באשאפט, אן, אז זי זאל האבן צרכים גשמיים, און זי זאל האבן ספיקות בכמה ענינים, במילא דארף מען דאך האבן א התבונרות וואס ער נעמט צייט אויף פותר זיין אט די ספיקות. האט מען אויסגעפרואווט, ווי גערעדט בארוכה, מער ווי א חודש לפני זה, אז מ'קען זיך פארלאזן אויף דורנו זה, אז וויבאלד מ'וועט זיך פירן על פי שולחן ערוך, און מיוסד על פי שולחן ערוך, וואס על פי שולחן ערוך איז דער דין ותשועה ברוב יץ במילא איז ער זיך מתייעץ בענינים שיש ביי אים ספק על פי שולחן ערוך, איז ער זיך מתייעץ ברוב יץ זאגט אים צו תורה אז דעמאלט וועט זיין ותשועה ברוב יץ על דרך זה אויך בנוגע צו בריאות, און אין בריאות גופא דער שלימות אין בריאות,
¶17מלכתחילה לא אשים עליך, ווי דער רמב אז מ'פירט זיך אויף ווי ס'דארף-צו-זיין איז אני מבטיחו אז ער וועט גאר מלכתחילה ניט קומען, לא אשים עליך ער וועט ניט קומען צו אן ענין של חולי, וואס דער בעסטער סדר אין רפואה איז דאך, אז דער רופא איז מייעץ ווי אזוי מ'זאל מלכתחילה ניט קומען אזא מין מעמד ומצב אז ניכר בשם חולי. במילא איז דאך דער ענין והוראה אין תורת חיים און תורת אמת אויף מיעץ זיין זיך מיט א רופא ידיד, אדער בשעת ס'איז דא א ספק, וברוב יוץ מיט שני רופאים, ומכריע זיין על פי הרוב, בנוגע צו עניני בריאות מכל הסוגים האפשריים, על דרך זה אין שאר הענינים וואס מ'איז דעמאלט אויך דערמאנט, וואס דערפאר בלייבט בא יעדערן צייט, אז ס'זאל זיך אפגעבן מיט לימוד התורה בכלל, און לימוד פנימיות התורה במיוחד, וויבאלד אז ער האט א הוראה כללית פון עשה לך רב וואס ער איז דאך, דער ענין פון א רב איז דאך, אז פותר זיין כל ענינים של ספק, און פותר זיין זיי ווי ס'דארף צו זיין, דאס הייסט על פי הוראות התורה, וואס זי איז תורת אמת, וביחד עם זה איז זי געגעבן געווארן דוקא אין נשמות בגופים, נשמות ועולם הזה הגשמי והחומרי, און דארטן איז להבדיל אין אן אופן אז ס'זאל זיין חי און כשר און טהור, מיט אלע ענינים, און מותר, ווי דערמאנט כמה פעמים בארוכה בדבר.
¶18במילא האט מען דאך אויף דערויף יעדערער דעם בית דין, דעם רב שבמקומו, און עאכו כמה וכמה אין די ערטער וואס ס'איז דא א בית דין, וואס דעמאלט האט מען דאך אין די לבנים גופא דער אחרי רבים להטיא שלימות א הוראה, ווי די שלימות פון הוראות פון א בית דין לגבי א רב, און מ'זאגט אויף דערויף, אז וויבאלד א משנה זאגט דאס אן יעדער אידן, ביז אז ס'ווערט אין מנין המצוות, שופטים ושוטים תתן לך בכל שעריך, וואס דער דין איז דאך דאס בנוגע סנהדרין גדולה וכיוצא בזה איז דאס דוקא אין ארץ, משא נכן אז בית דין בכלל איז דער ציווי און די מצוה אויך אין חוץ לארץ, כמובן וגם פשוט, האט מען געזען, פאר אט דעם העכער החודש וואס ס'איז דורכגעגאנגען, אז מ'קען זיך פארלאזן אויף אנשים ונשים וטף שבדורנו זה, וואס האבן דאס אנגענומען אט די עצה טובה מיוסדת על פי שולחן-ערוך, און האבן אזוי זיך אויפגעפירט במשך פון שלשים יום ויותר מזה, און ס'האט מצליח געווען במעשה בפועל, איז דאך א זיכערע זאך אז מ'וועט אזוי אויך ממשיך זיין, אויך להלן, און ניט נאר להלן, נאר אויך בתיד הקרוב ובתיד הרחוק, ביז וואנענט אז דאס וועט ברענגען בתיד הקרוב, דער אשיבה שבטייך וראשונה ויעצייך כבתחילה אז דאס איז שבטייך און ויעצייך, ווארום דאס ווערט אויפגעטאן על ידי מעשינו ועבידותינו.
¶19ובפשטות, אז די הנהגה האמורה האט מצליח געווען, במילא דארף מען דאך ניט אנקומען צו מבלבל זיין זיך אדער מבלבל זיין א צווייטן ס'איז דא דער עשה לך רב על כל הענינים, אפילו אויף עניני בריאות ופרנסה וכיוצא בזה, דערנאך איז ווי דאס קומט אראפ בפרטיות אין עניני בריאות, ורפא ירפא אין עניני מסחר וכיוצא בזה, ותשועה בראשית יוועץ וכו כמדובר לעיל. און אט דעמאלט איז ניט דער פשט אז מ'גייט ארום ליידיק חס ושלום ס'איז ניטא די מציאות ביי א אידן ער זאל זיין ליידיק, ער האט אלעמאל אין זיך דעם חלק אלוקה ממעל, און דאס שטייט דער ווי ער זאגט אין תניא, וואס דאס איז דאך די הוסף אויף לשון הכתוב, דעם ווארט ממש ווי נשיא דורנו טייטשט דאס אפ, אז ממש איז דאס פון לתון ממשיות דאס טוט אויף ווי ממש איז בגשמיות, בפועל, האט ער דאך אין זיך ניט סתם אז ער איז ניט ליידיק, נאר ער איז פול מיט א חלק אלוקה ממעל ממש, מ'וויל האבן אז ס'זאל זיין דער קב שלך גיט מען אים אויך די בחירה, און ער איז בוחר בטוב, ובפרט נאך אז ער איז זיך מתייהס מיטן בית-דן שבשכונתו וביראו, אדער מיט א סולך הרב מיטן רב פרטי וכיוצא בזה, און טוט דאס בפועל ווערט דאך דאס דעמאלט אראפגעבראכט אויך בפועל ובפשטות, און אין אן אופן, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז מאחד דעם חושן מיטן אופן, דעם תכלית נקודה הפנימית שבו, און מיט דעם ענין הכי חיצוני שבו ולבושים שלו, ביז וואנענט אז דאס ווערט אין אן אופן פון לא יזאך, ועל דרך זה אויך ווערט דאס אין אן אופן אז דאס קומט אראפ אין הרגש הלב שלו וכו כמדובר לעיל. וואס דאס איז במיוחד די הוראה פון יום זה על מנת כמדובר כמה פעמים אז התורה היא נצחית אז אף על פי אז מ'לערנט אן ענין אין תורה במקום
¶20מסויים ובזמן מסויים, האט מען אויף דערויף דעם כלל, אז דאס איז א הוראה נצחית בכל זמן ובכל מקום. ס'איז דא מקומות וואס דארט איז דאס במחשבה, און דא מקומות וואס דאס איז דארט בדיבור, און דארט מקומות וואס דאס איז דארט במעשה, אבער אומעטום זיינען דא די אלע פרטים, בדוגמא ווי מעשה הקרבנות, וואס דאס איז דאך עיקר עבודת האדם, אדם איז באשאפן געווארן אז ס'זאל זיין כי יקריב מכם איז די מעשה הקרבנות איז דא געווען זמנים וואס איז געווען דוקא במעשה בפועל, דערנאך איז געווארן דער ענין פון תפילות, דער מקום קרבנות תקנום, און מעשה איז ניט איצטער דער זמן, במילא ווערט דאס א דבר מיוסב אן איבעריקע זאך ביי אידן, אן איבעריקע זאך ביי אידן, איז כל יתר כנארטל דמי ווערט דאס א דבר האסור, און סיי תפילה און סיי קרבנות האבן דאך אין זיך דעם ענין עיקרי, דער ענין המחשבה והכוונה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך כמדובר לעיל, אז ס'איז דאך דא אזוינע וואס האבן געדאג'ט וואס וועט זיין אז ס'קומט אן א בריוו און ס'פארהאלט זיך דער ענטפער, און ער ווייס ניט וואס צו טאן האט מען מציע געווען, כאמור לעיל, מיט א חודש און מערער צוריק, ווי אזוי מ'קען זיך אליין געפינען דעם ענטפער, אדער בסיוע פון דעם בית-דין שבעירו דוקא, אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות און ער איז דער מרא דאתרא, אדער על כל פנים דער רב שבעירו ובשכונתו, על דרך זה אויך בהנוגע צו עניני בריאות ורפו ירפו, און שאר הענינים ותשועה ברוביות, כמוזכר לעיל.
¶21וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט ויקהל פקודו וואס דאס איז דאך די איינציקע סדרה, ס'איז דאך ניט ס'איז דא צוויי סדרהס, נאר דאס איז אן איין און איינציקע סדרה בימים אלו, אין דער סדרה עצמה, דער ענין פון חמישה שבה, איז דאך דאס חמישה פון ביידע סדרהס, כמובן וגם פשוט, איז אט דאס איז אויך דער כללות'דיקער ענין פון די עבודה האמורה איז, אז ס'איז דא דער ענין און דער ציוו און דער סינת-כח אויף ויקהל אז מ'קלייבט צוזאמען. פארוואס דארפן זיי צוזאמענקלייבן? ווארום מצד בריאת העולם, עאכו כמה וכמה חושך הגלות, ווערט דאס מפוזר ומפורד בין העמים. זאגט גלייך תורת אמת און תורת חיים הוראה בחיים, און דאס ווערט בהדגלה שבוע זה, אז צו יעדער אידן האט מען אנגעזאגט ער זאל זיין בדוגמת ווי מ'האט אנגעזאגט משה רבינו, וואס בא יעדער אידן איז דאך דא דער ענין פון משה רבינו, און בפעולה במעשה בפועל, אז ער זאל זיין ויקהל אנהויבנדיק צוזאמענקלייבן זיינע ניצוצי קדושה המפוזרים, און זיינע כחת הנפש המפוזרים, ואין מקרא יוצא מידי פשוטו, צוזאמענקלייבן די אלע אידן וואס ארום אים, על אחת כמה וכמה אין א שנה המסוגלת לזה, וואס דאס איז דאך שנת הקהל את האנשים והנשים והטף, און מ'מאכט פון זיי אין קהל קדוש אחד וכו כמדובר בארוכה. בפרט נאך אז דאס ווערט געטאן מתוך שמחה, וואס שמחה איז דאך פורץ גדר, און מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז בשעת השמחה איז פאלן אפ די מחיצות און די מחלוקת'ן שבין אחד לחבירו אדרבא ס'ווערט אתה ואשתך ובנך ובנותך ועבדך ועמתך והגור אשר בשערך ווערט דאס איין מציאות וואס איז סוד על שולחן אחד. וואס דאס איז דאך מאחד ווי מ'האט געלערנט אין די שיעורי רמב״ם שלפני זה בארוכה בדבר.
¶22און עד כדי כך איז דא נוגע יעדער איד, ביז וואנענט אז מ'פארבינדט דאס גלייך מיט פקודו, וואס פקודו איז דוקא פארבונדן אז מ'ציילט יעדער אידן בפני עצמו, צוזאמען דערמיט ווערט דערפון משכן העדות לשון יחיד, איין און איינציקע מציאות פון דעם קהל גדול, ס'דארף אבער זיין א קהל גדול, א קהל גדול באמת איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין א מנין אמיתי, וואס אט דעמאלט טאר ניט פעלן, אז קיין איין און איינציקער איד, סיי פון אנשים סיי פון נשים און סיי פון טף, און ניט נאר זיי דארפן אלע זיין, נאר זיי דארפן אלע זיין אין אן אופן פון ויקהל, ווי ויקהל קומט לאחרי פקודו, איז דאך נעוץ סופן בתחילתן ותחילתן בסופן, וואס לאחרי פקודה ערשט דעמאלט ווערט די שלימות אין דעם ויקצו פון אלע אידן עד סוף כל הדורות, אנהויבנדיק פון תחילת כל הדורות, אז ס'ווערט א מציאות אחת. וואס דאס איז, כמדובר לעיל, נאכמער נתעשר געווארן, אז בשעת מ'האט מציע געווען לפני חודש ויותר די הנהגה האמורה, און ס'איז נתקבל געווארן, און מ'זעט די הצלחה בדבר עד כדי כך אז דאס האט באפרייט כמה אידן פון כמה וכמה דאגות, במילא האט דאס מוסיף געווען אין ביאות הגוף, על אחת כמה וכמה אין מנוחת הנפש, און האט זיי געגעבן יותר זמן אויף לימוד התורה מתוך מנוחת הנפש און אויך מתוך מנוחת הגוף, וואס דערפאר איז דאך א זיכערע זאך אז מ'וועט אין דערויף נאך ממשיך זיין, כבכל דבר שבקדושה, נאך אויך מוסיף זיין, אז מ'וועט זיך פארבינדן יעדערער מיט דעם בית דין שבמקומו ורב שבמקומו, ועל דרך זה בעניני בריאות ומסחור וכיוצא בזה, כמוזכר לעיל. און ס'וועט זיין א דעתן פנוי און ווי ער זאגט אין סיום פון ספר הרמב,"ם, אז דעמאלט וועט ניט זיין דער עסק פון אידן
¶23אין סתם ענינים, נאר לדעת את דעת בוראם, לויט די אפשריות וואס הנברא קען מפסיק זיין דעת בוראם, וואס די הכנה לזה דארף דאך אויך זיין מעין זה, וואס דאס איז דאך אויך די תועלת בהנהגה האמורה, ודוקא מתוך שמחה וטוב לבב, וואס זי איז פורץ כל מדידות והגבלות, און דוקא אין אן אופן פון הלוך והוסיף ואור, און אויסנוצן די אלע ענינים אויף נאך מערער מזרז זיין דעם ענין און דעם זמן פון ומל הארץ דעה את הוי כמים לים מכסים וואס דאס קומט דאך דורך דערויף וואס פאר דערויף איז עוסק העולם אין ענינים וואס זיי זיינען מוחין לזה, במילא דארף דאך זיין הכנה מעין הענין צו וועלכן מ'גרייט זיך. וואס דאס איז אויך כמדובר פארבונדן אויך יעדער זמן האט דאך זיך זיין ציווי מיוחד, נוסף אויף די הנהגה האמורה, וואס די איז דאך א כללות'דיקע על כל השנה כולה והלוך והוסיף ועוד, איז דאך דא אויך די הנהגה פון ימים אלו דער ענין פון מאות חטים וואס הויבט זיך אן שלשים יום לפני החג, און דערנאך איז מען זיך אלץ מוסיף אין די הכנות און די שלשים יום איז דאך ניט דער פשט, אז מערניט ווי איין רגע, נאר ס'דארף באווארענען אז ס'זאל ניט בלייבן קיין איין און איינציקער ענין וואס זאל פעלן אין צרכי החג סיי ביי אנשים און סיי ביי טך, און אין דערויף גופא האט ער דאך אויך די הוראה פון דעם בית-דין אדער דעם רב שלו אדער דעם רב שבשכונה שלו וכו מיט אלע פרטים האמורים לעיל.
¶24וואס דאס איז אויך, כמדובר, אז דאס איז א סגולה אויף אריכות ימים ושנים טובות בפשטות, בשעת מ'איז מוסיף אין מנוחת הנפש, וואס זי ברענגט דאך אויך צו מנוחת הגוף, און מ'איז מבטל בדרגות, ביז וואנענט מ'איז מבטל די דאגות איז בפשטות, לויט עניני הרפואה, און ווי דער רמב'ם איז דאס מבאר אין הלכות דיעות שלו, איז דאס מוסיף אין אריכות ימים ושנים טובות, ביז אין אן אופן ווי דער אלטער רבי זאגט, כמדובר לעיל, שגם בתחילתו הוא ארוך אז דער ערשטער רגע וואס מ'הויבט זיך אן אזוי פירן, באקומט מען גלייך מנוחת הנפש כדרוש איז דאך פארשטאנעט, אז שוין בתחילתו דער ערשטער רגע איז שוין א רגע ארוך, ווארום ער האט דעמאלט ניט קיין בלבולים ניט פון פרנסה, ניט פון בריאות, אפילו ניט קיין ספיקות אין עניני קדושה, וויבאלד ער האט געפרעגט ביים רבן האט אזוי געטאן, און דארף ניט שיקן אנפרעגן בעיר האחרת וכיוצא בזה, ווארום ער האט דעם ראה בשכונו שלו, וואס דאס איז כאמור לעיל שופטים ושוטים בכל שעריך, וכמדובר לעיל בארוכה. וואס דאס איז אויך, כמדובר, די הוראה בפשטות בנוגע צו מאות חטים, און די הוראות בפשטות אויף ממשיך זיין אין דער הנהגה האמורה, וואס ברענגט צו מנוחת הנפש גמורה, וויבאלד אז מ'איז זיכער, אז ביאת משיח צדקנו האט מען יעדערע בד'אמות שלו, אדער בתחונה שלו, אדער באיר שלו, וואס על פי דין איז די גאנצע עיר שלו איז דאס די ד'אמות שלו, האט ער קיין ארט אויף ספקות, אויב דאס איז א ספק ביי אים, איז דאס מערניט ביז וואנענט ער וועט קומען צו דעם רב שבשכונתו אדער בעירו, און וועט פון אים באקומען דעם פתרון פון דעם ספק האט ער מנוחת הנפש, וואס זי ברענגט אויך מנוחת הגוף, וואס דאס איז אלץ מוסיף אויך אין ביאת הגוף, און אויך אז מ'האט מנוחת הנפש והגוף קומט-אן די פרנסה גשמית לייכטער,
¶25יותר, און אויך אין אן אופן אז מלכתחילה האט ער גאר ניט קיין דאגה, ווארום ער האט דאך דעם בטחון אמיתי, און בטחון גמור, אז ס'וועט ניט זיין קיינע ענינים של ספק ובלבולים, נאר מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן אז בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו און אין אן אופן פון כל גלי לשון יחיד, וועט מען זיך אלע צוזאמענקלייבן זיך, לארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה, און אין אן אופן פון ויקהל קהל גדול ישובו הנה, און אין אן אופן אז קיין איין און איינציקער איד וועט ניט בלייבן, אין גלות, וואס ער וועט זיין תקודו פון הקטן שבקטנים ביז הגדול שבגדולים, גייען זיי אלץ אריין אין דער זעלבער איין און איינציקע סדרה פון ויקהל פקודים פקודי ויקהל כמוזכר לעיל. ובמיוחד נאך, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט א מעשה בפועל כרגיל, ביתוודת כגנזו, אז מ'מאכט יעדערן פאר א שליח מצוה, אין ענין פון א צדקה וואס מ'קרבת את הגאולה און מזרזת את הגאולה, כמדובר לעיל, יעיל, ניט התוועדות שלפני זה כמה פעמים, דורך געבן במעשה בפועל א שליחות מצוה, וואס איז פארבונדן אויך מיט א מצוה, שקולה כנגד כל המצוות, אין מצות הצדקה, וואס יעדער מצוה, על אחת כמה וכמה א מצוה הכי גדולה, איז דאך כבדה את המצוה שהן שלוחי פון עצמות ומהות, ווי דערמאנט פריער ושכרתם את כל מצוותי, אנהויבנדיק פון א מעשה פון א קטן שבקטנים, און פון א קטנה שבקטנות, ביז צו דעם גדול שבגדולים, כמוזכר לעיל.
¶26און ויהי רצון, אז דאס זאל אנגענומען ווערן, כאמור לעיל, ווי מ'האט געטאן מיט דער הצעה שלפני חודש ויותר, אז דאס איז נתפשט געווארן און ווערט נתפשט אלץ מערער, מיטגעבראכט מנוחת הנפש און מנוחת הגוף און בירור הספיקות, וואס ס'איז ניטא קיין ארט אז מ'זאל מבלבל זיין, און א פרעג-טאן וואס ס'וועט זיין, וועס וועט זיין און ווי ס'וועט זיין וכו איז אלץ א דבר ברור און א הוראה בלשון צח הוא ברורה אין תורתנו תורת אמת ותורת חיים, וכאמור אין אן אופן פון ברורה, אז דאס איז ווערט א ברור מכל ענינים וואס זיי זיינען ניט אמיתיים און ניט ענינים של קדושה, ודוקא מתוך שמחה וטוב לבב. און ויהי רצון, אז דאס זאל נאכמערער צוהיילן דעם לימוד בתורה וואס קומט גלייך נאך ויקהל פקודו, וואס דאס איז דאך דער ענין פון ויקרא אל משה וואס ס'שטייט ניט ווער ס'איז געווען דער ויקרא און ווי ער טייטשט אפ אין דעם זעלבן דרוש וואו ס'רעדט זיך וועגן המצוות אין שלוחי טייטשט ער אויך אפ, אז דאס איז געווען נאך גרעסער פון כל השמות נאר לא אתרמית לא בשום אות ולא בשום קוז, סתם ויקרא. און דאס ווערט נמשך און דאס פועל'ט אויף, אז ס'ווערט אן אליף זהירא ואת מי אשכון את דקא ושפל ורוח, אז דוקא מתוך די שפלות, ניט חס ושלום כזכופה הנדרסת, נאר אדרבא ער איז אן עבד מלך, במילא איז ער מלכו של עולם און ער ווערט בעל-הבא, אויף זיין עיר קטנה און זיין עולם קטן זה הגוף וכו וכל מציאות שלו, און דורך דערויף ווערט ער אויך מל מלכי רבנן א בעל-הבית אין דער גאנצער וועלט, ביז אין גאנץ סדר השתלשלות, און ער זאגט דלאי גלות און אדמתי איז לא ייכבם אפילו כהרף עין
¶27און ס'קומט גלייך משיח צדקנו, כאמור לעיל, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו גיט מען א קוק, שטייען אלע בארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה, מרשית השנה ועד אחרית שנה, אפילו אין חודש אלול, בפרט נאך אז דאס איז דאך אויך א הכנה, און מ'שטייט שוין אין די שלשים יום, אין מיטן פון זיי, וואס זיי זיינען די הכנה צו אראנו נפלאות צו גאולה האמיתית והשלימה, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, שלימות היראה, און דארטן גופא בבית הקדוש, אין בית המקדש, אין מקדש אדנ'כוננו ידיך, ביז אין קודש הקדשים, וואס דארטן איז דאך דער ארון הברית וואין באארון אלא בוחות הברית דער ברית עולם וואס דער אויבערשטער האט געמאכט מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, עד סוף כל הדורות און מיט תחילת כל הדורות, וואס דורך דערויף האט ער זיי געגעבן דעם נחלת עולם, ארץ הקודש, און תורת עולם, וואס דאס איז תורתינו הקדושה, און האט פון יעדערן פון זיי געמאכט, און ווי ס'שטייען בגלוי חיים נצחיים חיים של עולם, כמדובר לעיל, וכל הזריזות בכל ענינים אלו, על אחת כמה וכמה אנהויבנדיק אין דער זריזות פון מצות הצדקה, אנהויבנדיק פון דער צדקה טאקע פרטית און פארבונדן לכאורה מיט אן ענין פרטי, דאס איז אבער אט דער פרט הכי פשוט, וואס ער נעמט-דורך און דערגרייכט די פתגם וכמאמר פון נשיא דורנו, ביז אין פשטות האמיתית פון עצמות ומהות. און ווי רצון אז בקרוב ממש זאל מען רעדן אין די ענינים פון התגדל והתקדש שמי רבה מצד דעם לימוד בעשרה און כמה וכמה עשיריות שבתורה, אין פנימיות התורה, וואס נאך דערויף דארף מען דאך זאגן הקדש און דעמאלט איז כל המשתתים בלימוד
¶28זה, צי דאס איז אין פנימיות התורה רזין דרזין, אדער דאס איז אין עין יעקב ולמטה מזה, אויב ס'איז שייך נאך אזא מין ענין כמוזכר לעיל, און זאל זיין לא עיקרם אפילו כהרף עין בכל ענינים אלו, אנהויבנדיק פון דעם אדם האנשים והנשים והטף בנוגע למעשיהם ועבודתם, ביז און ואדרבא אני המתחיל בא דעם אויבערשטן, וואס ברענגט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, צדקה עשה הקב'ה אמו ישראל על דרך לשון חזל בזה, איז די צדקה הכי גדולה וואס ער איז מקיים דעם ואתם תלוקטו לאחד אחד בית ישראל און דאס ווערט ער תלוקטו אין א קהל גדול, אין מקדש אדנא כוננו ידיך און דארט גופא אין קודש הקדשים, ועוד והוא העיקר כל ענינים אלו בפשטות ממש, און אין נשמות בגופים, ולמטה מעשרה טפחים, תיכף ומיד ממש ממש, בדוגמא ווי מעוד מאוד צוויי מאל מאוד.