English
ספרייה
kind
paragraph
order
Nc
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
הארץ איז מתנו לבו אויף זיך אפשיידן און זיך אפזונדערן פון הבלי העולם פון די פוסטע זאכן און די נארישע זאכן און די זאכן וואס זיינען ניט פארבונדן מיט אידישקייט, איז דאך דאס פאר יעדער אידן א זאך וואס איז פוסט פון זיין נשמה, במילא איז דאס א הבל הבלים, איז בשעת מ'איז מחליט אז מ'זאל אפגיין דערפון, און זיך פארנעמען און זיך אריינטאן ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטן און ממלא זיין זיין שליחות איז אים מיינט מען אין די ענינים און אין די פסוקים וואו ס'רעדט זיך בגלוי, לכאורה בכתב, וועגן שבט לוי, מיינט מען אט דעם מענטשן, אט דעם אידן, א מאן אדער א פרוי, וואס ער שייט זיך אפ פון הבלי העולם און פארנעמט זיך און באהעפט זיך, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון לוי, ילוה אישי אלי ער באהעפט זיך מיט דער אמת'ער זאך מיט וועלכע א איד דארף זיך באהעפטן, וואס דאס זיינען דאך זאכן פון אידישקייט, תורה ומצוותי', וואס הם חיינו ואורך ימינו פון יעדערן, און נאך גאר אין א גרויסער מאס פאר די וואס אן זיי הענגט-אפ אדער וועט אפברענגען דער לעבן פון זייערע מודרכים, פון זייערע תלמידים אדער זייערע תלמידות, אדער די קינדער מיט וועלכע זיי וועלן אנפירן, ווי אזוי זיי וועלן טאן און ווי אזוי זיי וועלן פארברענגען דעם טאג-טעגלעכן לעבן זייערן, אז ס'זאל זיין אן אמת'ער לעבן, דורכגענומען מיט אידישקייט, וואס אט דעמאלט, ווי ער זאגט אין סיום פון פרשה קרח, דארף מען ניט האבן קיין ענין פון מלחמות, וואס דערפאר איז שבט לוי איז געווען באפרייט פון מלחמות, דערפאר וואס זיין ארבעט אין וועלט איז אין אן אופן וואס ה'הוא נחלתך, במילא דארף ער ניט האבן קיין ביז זאר, גיין און מלחמה האבן און ארויסנעמען דורך א מלחמה, ער באקומט דאס מידו המלאה הפתוחה והקדושה פון דעם אויבערשטן,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים