transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1אזוי איז דאס איז וואס ס'האט זיך גערעדט פון דער אגרת הקודש פון אין ”ישראל ינגלים אלו” בצדקה פון דער גאולה הפרטית, וואס דאס איז א חלק פון דער גאולה הכללית, איז דא דער זעלבער ענין נאר אין אנדערע אותיות, אויך בשם פון בעל שם טוב, ווי ס'ווערט אראפגעבראכט אין מאיר עיניים און אויך אין לקוטי אמרים פון דעם מזריטשער מגיד, פון דעם מגיד
¶2און דארטן שטייט, בפרטיות מער פון בעל שם טוב, אז אדם איז דאך ראשי-תיבות ”אדם דוד משיח” איז דאך אדם ס'שטייט דאך אין מדרש, אז בכל הנשמות אלע מענטשן זיינען געווען תלוי ביפתו של אדם הראשון, דאס הייסט, אז זיין נשמה האט כולל געווען די כל הנשמות פון ששים ריבוא מישראל,
¶3און אזוי איז אויך משיח וועט אויך כולל זיין די נשמות פון כל ישראל, במילא איז דאך יעדער נשמה האט א חלק אין דער נשמה פון משיח'ן,
¶4און אט דאס איז די עבודה פון יעדער אידן, אז ער זאל מתקן זיין דעם חלק משיח וואס דאס געהערט צו אים.
¶5און בשעת אידן וועלן מתקן זיין יעדערער חלקו אין משיח'ן אט דאס וועט אראפברענגען משיח.
¶6דא איז דאך אבער ניט מבואר וואס איז דער ענין בעבודת האדם, איז דאס קען מען זאגן, אז דאס וואס ער רעדט אין אגרת הקודש איז דאס איז א ביאור אויף דעם, אז דאס איז אין דער עבודה וואס איז פארבונדן מיט פנימיות הנפש, וואס בכללות איז דאס עבודת התפילה למעלה מטעם ודעת,
¶7און אזוי ווי אלע ענינים איז דאך ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” אויך אין ענין התפילה, איז אין תורה גופא איז דאס דער ענין פון 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך לא סתמן לא מחלוקת ולא קושיא דערפאר וואס דאס איז פון פנימיות העולמות, און דאס פארבינדט זיך מיט פנימיות הנשמה,
¶8איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז דער אסתכל באורייתא פון וועלכן ס'נעמט זיך אין עולם דער ענין פון עבודת התפילה בפנימיות הנפש.
¶9ובכללות הענין איז דאס בהנוגע לבכן אויף מוסיף-זיין אין לימוד 'פנימיות התורה' אין אן אופן ווי ער זאגט אין דער אגרת הקודש אז ס'זאל זיין נוגע בפנימיות הנפש, ווי מ'זעט אז מ'טוט דאס אין מסחר ובכלל,
¶10בהוסקיו בעולם וואס ער איז זיך עוסק אין דעם בפנימיות נפשו, אט אזוי זאל זיין דער 'לימוד התורה' בכלל, ובלימוד 'פנימיות התורה' ביחוד, און אזוי זאל אויך אראפקומען אין דעם ענין פון גמילות חסדים און אין דעם ענין פון מתפלל אים הציבור,
¶11ווי מ'האט גערעדט פריער, און אט דעמאלט מתאים ווי דער רבי האט עטלעכע מאל געזאגט, אז דער בעשם טוב האט מגלה געווען אז יעדער איד קען דאס טאן, און דער אלטער רבי האט אנגעוויזן די וועג ווי אזוי מ'קען דאס טאן, אזוי איז אויך אין דעם ענין האט דער בעש געזאגט, אז יעדער איד דארף מתקן זיין חלקו שבמשיח,
¶12און דער אלטער רבי אין תורת חסידות חב"ד האט אנגעוויזן ווי אזוי מ'קען דאס טאן, אז יעדערער זאל זיין באפשריותו וביכלתו.
¶13און אט דעמאלט וועט זיין דער אם הציבור כפשוטו, אז אלע וועלן זיך פאראייניקן צוזאמען אין דער עבודה, וועט מען אראפברענגען משיח'ן ”למטה מעשרה טפחים”, בקרוב ממש.
¶14לחיים. לחיים.