עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

95 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דעס אודיעא האט מען רעסטאורד ביי דזשעם.

2פון אחדות ישראל, ווי אזוי מ'געהערט אלע צו דעם זעלבן פאלק, און זיי אלע האבן די זעלבע תורה, וואס איז געגעבן געווארן פון דעם זעלבן אויבערשטן, דער מתן התורה, איז דאך שוין דאס אליין א גרויסע שמחה פאר די פארזמלטע,

3און אויך א גרויסע שמחה פאר דעם אויבערשטן אליין, און ניט נאר אויך א שמחה פארן אויבערשטן נאר ווי נשיא דורנו דער רבי דער שווער, דער אנפירער פון אונזער דור, און וואס ער האט אונז אנגעוויזן די וועגן ווי אזוי מ'דארף פירן דעם לעבן בכלל,

4ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, האט אנגעוויזן און דערציילט, אין נאמען פון זיין עלטער זיידן, פון דעם אלטן רבי'ן, אז בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, און דער אויבערשטער זעט,

5אז מ'קלייבט זיך צוזאמען ניט סתם מצד פריינדשאפט, נאר די פריינדשאפט קומט ארויס, און קומט אראפ אין דערויף וואס יעדערער העלפט ארויס דעם צווייטן,

6צי מיט א גוטער עצה אדער מיט נאכמערערער יעדערער לויט זיינע מעגלעכקייט, פארשאפט דאס דעם אויבערשטן, וואס ער ווערט דאך אנגערופן אבינו שבשמים ער איז דער פאטער,

7פון יעדער אידן און פון אלע אידן, פון קליין ביז גרויס, עאכו' כמה נאך אין גאר א גרויסער מאס בא די וואס דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט מיט יארן, און זיי האבן באוויזן, אז נאך די אלע יארן, ניט קוקנדיק וואס אידן געפינען זיך אין גלות, און ”אתם המעט מכל העמים”,

8אז צי אידן איז א קליינער פאלק, בגשמיות, מאטעריאל פארגליכן מיט אנדערע פעלקער, און פונדעסטוועגן האבן זיי געשטאנען על המשמר, אפגעהיט זייער אידישקייט, און אויך אפגעהיט די גאנצקייט פון זייער פאלק, וואס דערפאר קלייבט מען זיך צוזאמען פון צייט צו צייט, ווי דערמאנט, און מ'טרייכט נאכמערער אונטער,

9ווי אזוי מ'געהערט צום זעלבן פאלק, במילא איז דאך זעלבסט-פארשטענדליך אז יעדערער העלפט ארויס דעם צווייטן און אלע איבעריקע אין וואס נאר ער קען זיי העלפן פארשאפט דאס דעם אויבערשטן דעם גרעסטן פארגעניגן וואס קען גאר נאר זיין, א סאך מערער פון דעם פארגעניגן וואס דער אויבערשטער האט פון מלאכים,

10און ווי דערציילט בארוכה אין דעם סיפור אין דער ערציילונג פון דעם נשיא דורנו אין דעם נאמען פון דעם אלטן רבי'ן, און וואס ער האט דאס געהייסן אפדרוקן און מפרסם זיין,

11כדי יעדער איד זאל וויסן און פילן אויף וויפל ס'איז וויכטיק און אויף וויפל ס'איז געוויסן ארט וואס פארנעמט בא דעם אויבערשטן דער געפיל פון איין אידן ביז צום צווייטן,

12ביז וואנענט, ווי געזאגט, איז דאס נאך מערער ווי א מלאך קען פארשאפן פארגעניגן דעם אויבערשטן פארשאפט א איד דעם גרעסטן פארגעניגן דעם אויבערשטן בשעת ער באווייזט אים זיין נאענטקייט און זיין איבערגעגעבנקייט צו טאן אלץ וואס ער קען אויף מאכן נאך בעסער דעם לעבן פאר די אידן ארום זיך,

13אנהויבנדיק פון די מיט וועלכע מ'טרעפט זיך צי דעם חנוכה אדער אין ענליכע גשענישן, און זעלבסטפארשטענדלעך קומט דאס דערנאך אויך אריבער אויך צו אט די אידן, סיי מענער און סיי פרויען און סיי עלטער און סיי אינגערע, וואס מאיזה סיבה שתהי' זיינען זיי ניט דא, אז אויך צו זיי באקומט מען דעם זעלבן געפיל,

14וויבאלד אז דאס איז דאך געגעבן געווארן אויך פון די אבינו שבשמים וואס ער איז אונזער פאטער און זייער פאטער, און מיט דער זעלבער שטארקייט און שטורעם, אן קיין אונטערשייד וויבאלד אז מ'געהערט צום אידישן פאלק אויף מיט דעם זעלבן שטורעם אין דער אויבערשטנ'ס ליבשאפט,

15וואס דערפאר פארנעמט ביי אים אזא גרויסע רעך, ביז וואנענט אז דאס קומט אויך אראפ אז אלס דאנקבארקייט פארוואס אידן באציען זיך אזוי איינער צו דעם צווייטן,

16איז ער נאכמערער מוסיף גיט ער נאכמערער צו אין זיינע ברכות צו יעדערן אין וואס ער נויטיקט זיך, אין געזונט נחת פון קינדער און פון קינדס-קינדער, און אויפנעמען דעם נחת געזונטערהייט און פריילעכערהייט, און ווי מ'זעט דאס אין די חנוכה ליכטלאך ניט אויף דעם זעלבן צושטאנד, נאר פארקערט, פון טאג צו טאג און פון צייט צו צייט,

17ווערט דער געזונט שטארקער, און דער נחת פון קינדער און קינדס-קינדער ווערט אויך מערער, ווי מ'זעט דאס אויך אין די ליכטלעך פון חנוכה, אז דער ערשטער ליכטל ווערט אנגעצונדן, און דעמאלט מאכט מען אלע ברכות מיטן גאנצן שטורעם אויך שהחיינו.

18פונדעסטוועגן, אז ס'קומט צו נאך א טאג, קומט דאך צו נאך מערער אין פארשטענדוניש און אין חכמה איז פארשטאנדיק, אז א איד פארשטייט, אז ער דארף צוגעבן נאכמערער אין אלע גוטע זאכן, אנהויבנדיק פון מצוות, וואס דערפאר גיט ער צו גלייך אויף מארגן נאך א ליכטל, און אזוי פון טאג צו טאג,

19יעדער טאג, קומט צו א נייע ליכטל מיט א נייע ליכטיקייט, וואס מאכט נאכמערער ליכטיקער דעם ארום זיך, במילא איז דערפון אויך לערנט מען אפ, און דאס מאכט אויך א ביישפיל, אז מ'זאל אויך מוסיף זיין אין אלע גוטע זאכן,

20ובפרט אין אהבת ישראל, אין דער פאסענדער וואס דאס איז די גוטע באציאונג צו יעדער אידן און אלע אידן, אין אן אופן אז מ'איז מוסיף, מ'גיט-צו אלץ מערער און מערער, ווארום מ'ווערט זיך עלטער ווערט מען זיך קליגער,

21ניט ווי אנדערע טיפשים זאגן, אז וויבאלד אז מ'ווערט עלטער האט מען שוין ניט אט דעם כח, איז דאס זאגט ”תורת אמת”, וואס זי איז אויך תורת חיים, אן אנווייזונג אין לעבן, אז בשעת א מענטש ווערט עלטער,

22על אחת כמה וכמה זיכער אזוי, אז א איד ווערט עלטער קומט דאך אים צו מערער חכמה, און אים קומט צו מער וויסן וואס תורה פארלאנגט פון אים און וואס תורה ווייזט אים אן, איז ער אויך אלץ מערער מוסיף אין זיין חכמה,

23אויך אין דער חכמה ווי אזוי צו באציען זיך צו ארום זיך און צו א צווייטן אידן, אפילו צו א אידן וואס געפינט זיך, מאיזו סיבה שתהי' ווייט פון אים אין ארט, אדער אפילו ווייט פון אים אין צושטאנד, די רוחניות אין זיין מאראלישן צושטאנד,

24געדענקט ער אבער אז דאס איז א זון אדער א טאכטער פון די ערשטע אבות, ”אברהם יצחק ויעקב, און שרי רבקה רחל ולאה”, גיט ער זיי דעם מאקסימום וואס ער קען זיי געבן און וואס ער קען זיי ארויסהעלפן אין אלע גוטע זאכן.

25וואס דאס איז אויך, צווישן אלע ברכות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אידן, האט ער זיי געגעבן אויסגעקליבענע צייטן אין יאר, וואס דעמאלט זאל מען די אלע גוטע געפילן נאכמער האבן א געלעגנהייט צו פארשטארקן,

26און וואס דאס ווערט אויך א ספעציעלע געלעגנהייט אויף צוזאמענקלייבן זיך נאכאמאל 'ביתר שאת' מיט א פארשטארקן אופן, וויבאלד אז דאס איז א ספעציעלער טאג אדער טעג, מערערע טעג, וואס דער אויבערשטער האט זיי אויסגעקליבן.

27וואס דאס איז אויך די טעג פון חנוכה, וואס דער אויבערשטער האט זיך זיי אויסגעקליבן און דעמאלט געגעבן א נצחון צו אידן, און האט דאס געהייסן פאראייביקן, אז יעדער יאר, במשך פון אלע דורות, אז ס'קומען די טעג פון חנוכה, קלייבן זיך אידן צוזאמען, און מ'איז אויך צינדט אן נאכאמאל די ליכטלאך,

28אזוי ווי מ'האט זיי געצונדן מיט טויזנטער יארן צוריק, אזוי צינדט מען זיי אויך איצטער אן, און מיט די זעלבע ברכות און מיט די זעלבע איבערגעבנהייט צו דעם אויבערשטן און זיינע מצוות,

29במילא אויך צו אט די אידן וואס זיינען מקיים די מצוות שוין, אדער וועלן זיי מקיים זיין, ווארום מ'געהערט זיך אלע צוזאמען צו אבינו שבשמים איז דאס נאכמערער גיט דאס צו אין דעם נחת וואס מ'באקומט פון די טעג פון חנוכה, און אויסנוצן די טעג אין דער גרעסטער מאס,

30ביז אין אזא אופן, אז פון די ליכטיקייט און פון די גוטע געפילן וואס קומט ארויס אין די טעג פון חנוכה, באלייכטן זיי און מ'נעמט פון די טעג מיט די ליכטיקייט אויף די אלע טעג פון דעם גאנצן יאר,

31אז אין יעדער טאג זאל זיך פילן אז עט ערשט קומט מען פון חנוכה, ווען מ'האט געמאכט די ברכה פון שהחיינו, און מ'האט אנגעצונדן ליכטלעך, און מ'האט זיך געטראפן מיט א סך פריינט און גוטע פריינט, און מ'האט צוזאמען פארבראכט אין אן הייליקן ארט, אין אן ארט וואו מ'דאוונט צום אויבערשטן, און וואו מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה,

32און וואו מ'מאכט באשלוסן ווי אזוי צו געבן צדקה, ווי דער אויבערשטער האט געהייסן געבן, וואס דאס איז דאך אויך שליסט אין זיך איין ווי אזוי צו ארויסהעלפן יעדערן וועמען מ'קען ארויסהעלפן, ביז מיט דער גאנצער הארציקייט און מיט דער גאנצער ערנסטיקייט, און אויך מיט אן אמת'ער שמחה.

33וואס דאס ווערט ספעציעל אונטערשטראכן אין היינטיקן יאר, וואס לויט דעם אידישן קאלענדאר איז דאס תשמ"ח, און ווי דערמאנט

34שוין מערערע מאלד איז די באדייטונג פון די פיר אותיות אז זיי קומען צוזאמען איז א צווייענדיקער דאס איז דער אפטייטש פון תסמך אז דאס איז א יאר אין וועלכן מ'איז אליין אין שמחה און אין א פריילעכן צושטאנד,

35און אויך תסמך א יאר וואס מ'גיט נאכמערער צו אין דער השתדלות, אין די פעולות, אין דעם טאן אז אלע אידן ארום זיך, ביז אפילו אלע מענטשן ארום זיך, זאלן זיי האבן דאס אין וואס זיי נויטיקן זיך, ביז וואנענט זיי וועלן אויך זיין אין א צושטאנד פון שמחה.

36וואס דאס איז, ווי דערמאנט פריער, פארשאפט נאך א גרעסערע שמחה בא דעם אויבערשטן, וואס ער איז אבינו שבשמים.

37במילא גיט דאס נאכמערער צו, אז מ'זאל ווערן נאך געזינטער און נאך קליגער און נאך פריינטלעכער, און האבן נאכמערער נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, ווי דערמאנט אויך פריער.

38וואס דאס איז אויך במיוחד אין די טעג וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אלס אויסגעטיילטע טעג, האט ער דאס אויך פארבונדן מיט פארשידענע תפילות, אדער פארשידענע מנהגים.

39וואס אזוי איז אויך די טעג פון חנוכה, האט דער אויבערשטער אנגעזאגט, אז דעמאלט זאל מען זאגן יעדער טאג ”ועל הניסים” וואס איינע פון די אפלערנונגען פון 'ועל הניסים' פאר יעדערן פון אונז, בתוך 'כלל ישראל', צווישן אלע אידן?

40איז די אפלערנונג איז פון מסרת ”רבים בית מעטים בשעת” א איד גייט ארויס און פראוועט חנוכה, אדער ער איז ממלא אהבת ישראל,

41ווי דער אויבערשטער פארלאנגט און האט אזוי געשריבן אין דער תורה קען קומען צוגיין אזא וואס ס'קלייבט זיך ניט פאנאנדער וואס ס'טוט זיך אין וועלט און פרעגן א שאלה ווי קומט דאס, אז בשעת מ'איז מעתים, מ'איז א פאלק וואס איז אין צאל פון מענטשן,

42א סאך קלענער פון די צאל פון מענטשן אין אנדערע פעלקער, מ'איז א פאלק וואס אין דער מאכט וואס מ'האט, אין די מדינות אין די ערד אין שטעט וועלכע מ'באלאנגען צו זיי, זיינען א סאך ווייניקער ווי די שטעט און די הויפטשטעט שטעט, וואס באלאנגען צו אנדערע אומות.

43און איר קומט צוגיין אלס א מיינאריטי אלס א קלענערע צאל מענטשן, און ווילט זיך פירן מיט אייערע מנהגים און מיט אייערע מצוות, און ווילט זיך ניט רעכענען וואס ס'וועט טוען די ניט-אידן ארום אייך, צי זיי פירן זיך אויך אזוי אדער בא זיי איז ניטא, ניט די מאס פון אהבת ישראל ווי ס'איז דא בא אידן צווישן זיך,

44ניטא די מצוה פון נרות חנוכה, וואס נרות חנוכה צינדט מען זיך אן אין אזא אופן, אז ניט נאר ס'זאל מאכן ליכטיק פאר די אידן וואס ארום אים, נאר ווי די נרות חנוכה וואס מ'צינדט-אן פריוואט, ניט אלס א קהל אין שול,

45נאר מ'צינדט דאס אן בא זיך אין הויז אדער דארט וואו מ'געפינט, איז דאך דער מנהג און דער דין אז מ'צינדט דאס אן אויף דער טיר וואס גייט ארויס צום דרויסן, אדער מ'שטעלט דאס אוועק אויפן פענסטער, וואס דער טעם אין דערויף איז, כדי דאס זאלן אויך זען די מענטשן וואס געפינען זיך בחוץ, אויסווייניק פון דער הויז,

46אויסווייניק פון דער אידישער הויז, און וואס גייען ארום אין גאס און וואס אין גאס איז דאך שוין ניט אלעמאל ליכטיק, אדער עבדי רבי שאיז שוין נאכט זאלן זיי זען, אז די ליכטיקייט וואס א איד וויל ברענגען אין וועלט, איז אין צוגאב דערצו וואס ער מאכט ליכטיק בא זיך אין הויז,

47איז בא זיך אין הויז שטעלט ער דאס אוועק אין פענסטער, כדי אויך די מענטשן אין גאס זאלן דאס זען, און דאס זאל מאכן ליכטיקער אויך אין גאס, אדער אויב ער לעבט אין א אונטערשטן פלאר צימט ער דאס אן אויף די טיר פון דער הויז וואס גייט ארויס אין גאס,

48כדי אויך די אלע מענטשן וואס גייען דורך אין גאס זאלן זען אז איצטער איז א ספעצעלער טאג און א ספעציעלע נאכט, און במילא ווערט אויך קלענער די פינסטערקייט, און ס'קומט צו א ליכטל און מ'באגנוגנט זיך ניט מיט איין ליכטעל, נאר ס'קומט-צו יעדער טאג צימט מען אן נאך א ליכטעל, כדי צו מאכן נאך ליכטיקער.

49וואס דאס איז אויך כח יעדער אידן, אז מ'קען דאך ביי אים א פרעג-טאן אין באוואס באשטייט דיין שטארקייט, וואס דו ווילסט זיך פירן אין א אידישן וועג,

50וואס די אונטערשטרייכונג אין דערויף איז דאך אז דאס איז פארבונדן מיט אידישע מצוות און מיט נרות חנוכה, בשעת דו געפינסט זיך מעתים א קליינע אין צאל לגבי די ניט-אידן ארום זיך, ענטפערט אים אין 'ועל הניסים' זיך, און דערנאך זאגט דאס דער חזן וואס געדאווענט פארן עמוד מיט א גריי הויכן קול,

51אז דאס טוט דער אויבערשטער, איז מסרת רבים בית מעתים וואס ביים אויבערשטן פארנעמט ניט קיין ארט ווי יעדערער פארשטייט, צי ס'איז מער מיט א מענטשן צי ווייניקער מענטשן,

52נאר ביים אויבערשטן איז וויכטיק וואס איז די ריכטיקע זאך און וואס איז די ליכטיקע זאך און וואס איז די גערעכטע זאך, און בשעת דער אויבערשטער זעט אז אהבת ישראל איז א גוטע זאך, און ארויסהעלפן א צווייטן מענטשן איז א נויטיקע זאך און א גוטע

53איז א נויטיקע זאך און א גוטע זאך, איז זעלבסט-פארשטענדליך, אז אויב ס'איז דא וואס שטעלן זיך אנטקעגן דעם, אויך כאטש אפילו זיי זיינען רבים, און די וואס דערוויילע האלטן זיי אן די זאך זיינען זיי דערוויילע מעטים פארנעמט דאס ביי אים קיין ארט ניט, און ער אליין מסרת ער אליין גיט-איבער די אויפפירונג פון די רבים,

54און ווי זיי ווילן איינטשטעלן אין וועלט זאל דאס זיין בעט מעטים, זאל דאס זיין איינגעשטעלט אויך אין וועלט ווי דער קלייניקער פאלק וויל, און ווי דער קלייניקער דער אידישער פאלק בגשמיות וויל דאס איינפירן אין וועלט אויף מאכן פון דער וועלט ס'זאל ווערן ליכטיקער ווי זי איז געווען מיט א טאג פאר דעם, טינגט מען אן נאך א ליכטל,

55און אזוי אויך אויף מארגן ווידער אמאל און אזוי ווערט ליכטיקער אין דער וועלט, איז זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דער אויבערשטער מאכט נאכמערער ליכטיקער אין די אייגענע זאכן, ווי דערמאנט פריער,

56בנוגע צו געזונט און פרנסה און צו אמת'ן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און אויפנעמען דעם נחת מיט די אלע אויבערשטנ'ס ברכות אין גוטן שטימונג און מיט אהבת ישראל און מיט אהבת השם", דער ליב שב צו דעם אויבערשטן,

57וואס דאס איז אויך פארבונדן, ווי מ'זעט אז מ'האט ליב אפילו א מענטשן איז מען זיך משתדל זעט מען אויף מקיים זיין אויספירן דאס וואס דער מענטש ערווארט פון דעם וועלכן ער האט אים ליב,

58אזוי איז אויך בשעת מ'האט אהבת השם, די ליב שב צו דעם אויבערשטן, איז צום אלעם ערשטן דריקט זיך דאס אויס אין דערויף וואס מ'איז מקיים דעם אויבערשטנ'ס רצון,

59וואס איינער פון זיינע רצונות איז דאך מקיים זיין די מצוה פון חנוכה, און דער 'כלל גדול בתורה', גאר א שטארקער רצון בא דעם אויבערשטן אין זיין תורה איז, אז ”ואהבת לרעך כמוך” יעדערער זאל ארויסהעלפן, יעדער אידן און אלע אידן וואס ארום אים, און בפרט נאך די וואס דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט מיט יארן,

60במילא האט ער זיך אויך געבענטשט מיט חכמה, אז זיי זיינען קליגער און פארשטיין נאך בעסער די וויכטיקייט פון די זאכן וואס זיינען באמת וויכטיק, און ברענגען דאס ארויס אין מעשה בפועל, ווארום תורה זאגט,

61אז די וויכטיקסטע זאך איז ניט נאר יוצא-זיין מיט א גוטן טראכטן וועגן א צווייטן אידן, אדער ווען א גוטן רעדן צו א צווייטן אידן, וואס דאס איז אויך וויכטיק,

62די הויפט-וויכטיקייט איז אבער איז ”המעשה הוא העיקר”, אז מ'טוט במעשה די אלע זאכן וואס מ'קען ארויסהעלפן א צווייטן אידן, פון די נאענטע און אויך די ווייטע, כאטש אפילו בא אידן איז ניטא קיין ווייטע צווישן זיך, ווארום אלע געהערן צו די זעלבע אבות, ”אברהם יצחק ויעקב און שרה רבקה רחל ולאה”, ווי דערמאנט פריער,

63און אין דערויף קומט נאך צו דעם אויבערשטן'ס ברכות, ווי מ'זעט דאס אויך במיוחד אין היינטיקן טאג, וואס אין צוגאב וואס דאס איז חנוכה טאג, איז דאס אויך א טאג פון ראש חודש, און וואס דעמאלט זאגט מען ספעציעלע ברכות און ספעציעלע תפילות, אין וועלכע מ'דערמאנט נאך א צוגאב,

64צו די ברכות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין תפילות אין איינפאכן טאג, קומט נאך צו די תפילות, ווי דערמאנט פריער, פון וועל הניסים, אז מסרת ”רבים ביד מעטים” זעט מען דאס איצטער אויך, אז אפילו ווען א אידן ווייזט זיך אויס, אז ניט-אידן וועלן אים מאכן שווערער לעבן זיין לעבן אין א אידישן לעבן,

65איז כאפט ער זיך גלייך, אז דער אויבערשטער איז מיט אים, און דער אויבערשטער איז מתפת רבים מעטים איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער גייט מיט אים, און ביידע צוזאמען נעמען איינטייל אין די מצוות און אין דעם לערנען תורה, איז דאך זעלבסט-פארשטאנדליך, אז ס'פירט אויס דעם נצחון פירט אויס דער אויבערשטער און דער מיט וועמען ער גייט,

66וואס דאס איז יעדער איד און אלע אידן, ביז וואנענט ווי מ'זאגט צום סוף 'ועל הניסים' להודות ולהלה ולשמחה הגדול, אז וויפל א איד האט געדאנקט דעם אויבערשטן ביז איצטער, זעט ער נאך ברכות פון דעם אויבערשטן און נאך ניסים פון דעם אויבערשטן אין א גוטן אופן,

67ביז וואנענט אז ער איז נאכמערער מוסיף אין דעם אפדאנקען לשמחה צו דעם אויבערשטן'ס נאמען, און איז אויך מכריז, אז ער זעט אז דאס איז לשמחה הגדול דאס איז דער נאמען וואס ער איז דער גרויסער נאמען, ווארום ער איז גרעסער און געוועלטיקט אויף דער גאנצער וועלט איז דאך זעלבסט-פארשטענדליך, אז ס'ווערט אויסגעפירט ווי דער אויבערשטער וויל,

68און וואס דערנאך טוט דער איד א קוקנדיק אין תורה אז דאס איז דעם אויבערשטנ'ס רצון טוט אזוי אויך דער איד, ווי דערמאנט פריער אין די חנוכה טעג, וואס ער צינדט דעמאלט אן די חנוכה ליכטלאך, און זאגט ”ועל הניסים”, און אויך ווי דער אידישער מנהג,

69אז מ'גיט דעמאלט חנוכה געלט צו קינדער און צו אייניקלאך, און מ'טוט די אלע זאכן מתוך שמחה, און דאס אלץ איז נאכמערער גיט דאס צו אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, ביז אז מ'באקומט די פארזיכערונג פון דעם אויבערשטן,

70אז פון דעם חנוכה וועט מען דערלעבן געזונטערהייט און גאנצערהייט און פריילעכערהייט, צו דעם חנוכה פון דעם יאר וואס דארף קומען, און צו מערערע חנוכות פון כמה יארן וואס וועלן דערנאך קומען, ווארום מ'ווערט געבענטשט מיט אורך ימים ושנים טובות, ובמיוחד אז מ'איז נאך מוסיף ווי דער מנהג איז נאך אזא מין צוזאמענקלייבן זיך,

71אז מ'איז מסיים, מ'פארענדיקט, מ'וועט מאכן יעדערן פון אייך אלס שליח מצוה אויף געבן אויף צדקה, דורך געבן יעדערן פון אייך א דאלאר, און דערנאך וועט אפגעבן כדי דער שליח אדער די שליחה זאל האבן נאך א מצוה אין צדקה, בפרט נאך אז זיי וועלן נאך צוגעבן אויך פון אייגענע געלט צו דעם דאלאר,

72און דער אויבערשטער וועט זיכער צוגעבן נאכמערער אין זיינע ברכות בכלל, און אין די עיקר'דיקע ברכות, אז דאס וואס מ'געפינט זיך רבים און זיי זיינען אנטקעגן מעתים איז דאך דאס פארבונדן דערמיט וואס מ'געפינט זיך אין גלות, אז בקרוב ממש, ובמהרה בימינו ממש,

73גאר אינגיכן, און גאר גאר אינגיכן, נעמט דער אויבערשטער ארויס יעדער אידן און אלע אידן, און נעמט זיי ארויס מיט ליבשאפט, אתה תלוקטו ”לאחד אחד כאילו” ווי ער נעמט יעדערן פארן האנט, און גייט ארויס מיט זיי סיי א מאן, סיי א פרוי, סיי א קליינער, סיי אן אלטער,

74און גייט ארויס מיט יעדערן פון זיי פון גלות, און גייט מיט יעדערן פון זיי און מיט אלעמען צוזאמען אין אן אופן פון ”קהל גדול” מ'ווערט פאראיינציקט אלע, מצד אהבת ישראל און אחדות ישראל,

75אז ס'ווערט איין און איינציקער קהל, און מ'גייט אלע, און מ'גייט אין דעם שנעלסטן אופן ווי ס'קען זיין דערגיין, ווארום מ'גייט צוזאמען מיטן אויבערשטן, איז דאס אחישנה ”אין ארצנו הקדושה”, אין ארץ ישראל,

76ווי זי שטייט אין א רואיקן אופן און אין א שלום'דיקן אופן און אין א אידישן אופן, און דארטן גופא אין דער הויפטשטאט, אין ”ירושלים עיר הקודש, אין” א רואיקן אופן ווי ירושלים איז אויך אין אן אופן פון שלום, וואס דאס איז דאך אויך איינע פון אירע נעמען, און דארטן גופא זעט מען אויך דעם בית המקדש השלישי,

77וואס משיח צדקנו בויט דאס גלייך אויף אזוי אז מ'קומט אידן אריין אהינצו געפינט מען שוין אים א פארציקן, און מ'זעט ווי אזוי אויך בחצות קדשך אין דעם לעבן דעם בית-המקדש אין דעם הויף איז שוין דארט אויך אנגעצונדן נרות וואס אידן האבן געצונדן חנוכה, אדער צינדן איצטער חנוכה,

78און די אלע זאכן טוט דאס אויף אין אן אופן אז גאר במהרה בימינו, ו”לא עיכבם אפילו כהרף עין” דער אויבערשטער פארהאלט ניט אידן, אפילו קיין איין איבעריקע רגע אין גלות.

79וואס דאס האט אויך א שייכות און אן אפלערנונג צו די קריאת התורה וואס מ'האט געלייענט היינט אין תורה, פארבונדן מיט די טעג פון חנוכה אן, נוסף אויף די קריאה פארבונדן פון מדרש חודש, וואס מ'לייענט דאך אין דער תורה יעדער טאג וועגן א נשיא פון א שבט, וואס דאס איז דאך איינער א שבט, איינער פון יעקב'ס קינדער,

80במילא איז פארשטאנדיק, אז די ברכות וואס ס'איז געווען בא דעם שבט האט זיך דאס דערנאך אויך אפגעשפיגלט פאר די זיינע ברידער בא די אנדערע אידן פון די אנדערע שבטים, און ניט נאר אפגעשפיגלט, נאר אויך מיטן גאנצן שטורעם.

81וואס דער שבט וואס מ'האט געלייענט בתורה מיט א פאר שעה פאר דעם פארבונדן איז דאס דער שבט פון אפרים, וואס פארוואס באווייזט אפרים און וואס לערנט אפרים?

82איז ווי דערמאנט אין תורה אין די ערציילונג פון אפרים'ס געבורט, פארוואס מ'האט אים א נאמען געגעבן ”אפרים כי יפרני אלקים בארץ עני”, אז כאטש אפילו דער פאטער זיינער, יוסף, איז געווען בארץ עני, אין מצרים, אין גלות,

83און דארטן גוף האט ער גאר אנגעהויבן זיין לעבן דורך זיין ניט קיין מענטשן געדאכט, זיצן גאר אין פריזן.

84איז דאס געווען מערניט ווי אויף דער צייט, און דערנאך איז גלייך געווארן אז בארץ עני, נאך איידער מ'איז ארויס פון גלות מאכט דער אויבערשטער אז מ'זאל זיך מערן און מערן,

85ביז וואנענט אז דאס איז ניכר אויך אין נאמען אז א ניט-איד האט אים גערופן האט ער אים אויך גערופן אפרים ווי דאס איז אפגעטייטשט אויף יגיפטיש, אדער אויפן לשון פון דעם ניט-אידן, און בשעת מ'האט אים געפרעגט וואס איז דער פשט און וואס איז די שייכות וואס ער הייסט אפרים האט מען אויף דערויף געענטפערט, אז דוקא בארץ עני, ווי מ'געפינט זיך אין גלות,

86האט דארטן באווייזט דער אויבערשטער, ווי דערמאנט פריער, מסרת רבים מעטים", און ער גיט איבער די אלע אויפפירונג וואס באליינגט צו אידן און צו אידישקייט זאל דאס זיין אין אן אופן פון הפרני,

87אז מ'טוט דאס אין אן אופן אלץ מערער און מערער, אנהויבנדיק, ווי דערמאנט פריער, אין די אייגענע הויז, אין דער אייגענער נחת פון זיך אליין, און פון דער מאן אדער פון דער פרוי, אדער פון די קינדער, אדער פון די קינדס-קינדער און פון אלעמען צוזאמען,

88און דערנאך ברענגט מען דאס אויך אראפ אין דער גאנצער וועלט, דורך אנהויבנדיק פון מאכן און צוגעבן א ביסל ליכטיקייט ברענגט מען אויך אראפ משיח צדקנו, די גאולה האמיתית והשלימה,

89וואס דעמאלט וועט דאך זיין ”לתקן עולם במלכות שד-י” אז אין דער גאנצער וועלט וועט ניט זיין קיינע מלחמות, און ס'וועט ניט זיין קיינע קריגערייעס צווישן זיך, ווי דער רמב"ם דארציילט דאס בפרטיות, און ס'וועט זיין שלום מן וועלט, און ס'וועט זיין מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, וועלן זיך אלע פארנעמען אין לערנען וועגן גוטע זאכן,

90און זיך מתבונן זיינען גוטע זאכן, ביז צו אנערקענען דעם אויבערשטן ווי אזוי ער געפינט זיך אין דער גאנצער וועלט, און געפינט זיך אין דער גאנצער וועלט אלס א בורא עולם אז ער ווערט דער גאנצער באלעבאס אין וועלט,

91פירט זיך די גאנצע וועלט בדרך הצדק והיושר אין אן אפענעם אופן, וואס דאס היילט נאכמערער צו די גאולה האמיתית והשלימה פון דער גאנצער וועלט, ובמיוחד פון אידישן פאלק, כולל אויך יעדערן פון אונז, און אונז אלעמען צוזאמען, ובמהרה בימינו ממש.

92און דערפאר וועט מען אויך איצטער, ווי דערמאנט פריער, פאנאנדערטיילן צי די אלע וואס געפינען זיך דא, דורך די שלוחים די עסקנים אז יעדערער זאל באקומען א דאלאר און זאל דאס אפגעבן דערנאך במשך הזמן אויף א ענין פון צדקה, ווי ביי אים קומט אויס אדער ווי ביי איר קומט אויס,

93און מ'זאל ממשיך זיין אין ענינים פון צדקה און גוטסקייט, אין ענינים פון אידישקייט, וואס דאס אלץ איז דאך ענינים פון אמת'ער חכמה, וואס רוב ימים יודיעו חכמה,

94אז דער אויבערשטער האט געגעבן מערער יארן, במילא האט מען מערער חכמה, האט מען מערער אידישקייט, און מ'האט מערער פרומקייט, און מ'האט נאכמער כח אויף צוהיילן דעם ארויסגיין פון גלות און דעם האבן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

95מ'האט א פריילעכן חנוכה און אן אורך ימים ושנים טובות.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions