עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-wja80d75

kind
paragraph
order
Z
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך פארשטאנדיק, אז די אלע זאכן טוט יעדערער און ווירקט איין אויפן גאנצן אז דער גאנצער ארום זאל זיין אין אן אופן פון צמיחה, און צמיחה ברוח התורה והמצוות און פנימיות התורה לויט תורת החסידות, וואס דאס איז דאך דער נתינת-כח מיוחדה פון ראש השנה לאילנות, און וואס אין היינטיקן יאר, כאמור, קומט-צו וואס דאס איז דער שנת הארבעים, מיט לב לדעת ואין נעים לראש ועזניים לשמור, און אויך וואס דער ראש השנה לאילנות קומט אויס ביום השבת קודש, וואס דאס באווייזט דאך, אז קל מלאכתך עשוי,"' און יעדער זאך וואס א איד טוט, האט ער אין דערויף א נתינת-כח מיוחדה, א שבת'דיקע, אין די אלע ענינים וואס ער טוט, און ווירקט אזוי איין אויף דעם בני בית, ווי מ'זעט דאך בפשטות, אז ביום השבת שטייט די גאנצע משפחה צוזאמען און נאכמער פאראייניקט און נאכמער פאראיינציקט, ביז וואנענט אז דעמאלט איז דאך דער ענין פון שלום בית און עונג הבית וכו ביתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז דאס איז בשבת, און אין דעם שבת גופא האט דאך אין זיך אויך די מעלה פון שבת, האט אויך א מעלה וואס דאס איז חמשה עשר בחודש, האט מען אין דערויף די קיימא סיהרא באשלמותא פון דעם גאנצן חודש, און פון יעדער ענין אין דעם חודש, כולל אויך דעם ענין פון עשרה בחודש זה, העשירי יהי'קודש, וואס דאס איז די כל הענינים פון יום ההילולא.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions