transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך ערב שבת, און א שבת וואס איז אויך דער ערשטער אנהויבס פון חנוכה, דער ערשטער ליכטל פון חנוכה איז פארבונדן אויך מיט נרות שבת, און מ'איז פארשטאנדיק אויך, ווי די שקלא-וטריא אין גמרא,
¶2אז דאס איז די זעלבע זאך, נאר וואס דען מיט אנדערע אויספיראכטן, במילא ווערט א שאלה וואס איז קדם און ווערט דער דין אז שלום בית איז קדים לכל ענין, וכמדובר כמה פעמים די פרטי הענינים בזה.
¶3ועוד והוא העיקר בהנוגע למעשה בפועל, איז דאך בנוגע וואס ס'איז נוגע פרייטיג, וואס דער פרייטיג וואס ער איז סיי ערב שבת און סיי ערב חנוכה, במילא איז דאך בכלל דער ענין פון אן ערב, אז דאס דארף צוגרייטן דעם טאג, און די ענינים צו וועלכע ער איז דער ערב און די הכנה לזה,
¶4אזוי אויך בפשטות, אז מ'גרייט צו דעם פרייטע גרייט מען צו כל הענינים וואס איז פארבונדן מיט ”לחם משנה” פון שבת וכל הענינים פון שבת סתם, און וויבאלד אז דאס איז אויך ערב חנוכה גרייט מען אויך צו די כל הענינים פארבונדן מיט חנוכה,
¶5בפרט נאך אז חנוכה איז דאך אויך פארבונדן מיט חנוכת הבית פון יעדער אידן, ווארום יעדער אידישע הויז זאגט דאך דער אויבערשטער אויף דערויף ”ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם” אז יעדער אידישע הויז איז דאס בדוגמא פון דעם בית המקדש,
¶6במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'האט א יום-טוב וואס איז פארבונדן מיטן בית המקדש, שפיגלט דאך דאס אפ ניט סתם בנוגע צו א אידן אז ער איז מקיים נאך א מצוה,
¶7נאר די מצוה ווערט אויך פארבונדן מיט זיין בית הפרטי און בית הגשמיות, ווי ס'איז שייך בא אידן גשמיות, און אויך מיט די אלע הכנות מאכן מען דאס סיי פאר חנוכה און סיי פאר שבת.
¶8ובפרט נאך אז ווי מ'זעט דאך אז שבת איז אנגעלייגט בשעת אויך נאך א ענין איז דערביי דא, על דרך זה איז אויך חנוכה איז נאכמער אנגעלייגט, ווען ס'איז דא דערביי נאך א ענין בדבר,
¶9ובפרט נאך אז בשעת דער יום ראשון פון חנוכה לילע ראשון פון חנוכה איז בשבת, אט דעמאלט האט מען דאך א חנוכה וואס ער האט אין זיך צוויי שבתים, סיי דער ערשטער טאג פון חנוכה, די ערשטע נאכט פון חנוכה, און סיי ”זאת חנוכה” די לעצטע נאכט פון דעם חנוכה פון היינטיקן יאר, וואס זי איז אויך א הכנה צו דער חנוכה פון די יארן וואס דארפן דערנאך קומען ביז אין חיים נצחיים,
¶10און בשעת מ'ווייס שוין בא חנוכה, גלייך בהתחלתו, אז מ'האט דאס א חנוכה מיוחדה, אז ניט סתם ס'איז דאך דא א חילוק ווען ס'זאל ניט זיין די התחלה פון חנוכה, איז דאך דאס נוגע ווי ס'איז די התחלה, האט דאך דאס א השפעה אויף דער המשך פון כל השמינה ימים,
¶11במילא איז דאך אויך א חילוק צי דאס איז אין פון די ששית ימי השבוע אין וועלכן טאג דאס איז די התחלה, קומט דאס אבער ניט צו די התחלה ווען די התחלה איז יום השבת, וואס שבת איז דאך ”מיני' מתברכין כולי יומי” און דער פשט אין דערויף איז דאך בפשטות, אז פון שבת ווערן געבענטשט ד' טעג וואס קומען לאחרי זה,
¶12איז דאך גייסט, איז דאך שבת אויך ”ויכולו השמים והארץ וכל צבאם” אז דעמאלט ווערט די עלי' פון די אלע ששת ימי החול וואס זיינען קודם לזה, על דרך זה אויך אין די ביידע שבתים, ווען חנוכה האט צוויי שבתים, האט מען דאך די ביידע ענינים פון שבת בהדגשה,
¶13די שבת הראשון פון ימי חנוכה איז דאס מיני' מות ברכין כולי יומי האלה שבעת ימי חנוכה וואס קומען לאחרי זה, און די שבת השני פון ימי חנוכה האט אויך אין זיך דעם סך הכל און ווי אזוי מיני' מתברכין די אלע ימי החול וואס זיינען פאר דערויף געווען,
¶14ווארום זיי ווערן דאך ימי החנוכה וואס זיינען פאר דערויף געווען, כולל אויך דער ”יום השבת שבו”, וואס ס'ווערט דאך אויך די ביידע ענינים און שבת, וואס שבת איז דאך, כמדובר, דער סך הכל פון די ימים שלפני זה, און די הכנה און כולל אין זיך די ימים שלאחרי זה,
¶15אזוי איז אויך אין קריאת התורה פון חנוכה, איז דאך אויך דא ביום הראשון פון חנוכה, און אין קריאת התורה שלו איז אויך דא בקיצור נמרץ אבער, בהנוגע אויך צו די כל ימי הנשיאים שלאחרי זה,
¶16און מ'לייענט דאס אויך אין די קריאת התורה פון יום הראשון פון חנוכה, דערמאנט מען אויך וועגן אלע י' ב' נשיאים און אלע קרבנות אין דער החלטה שבדבר ”אין המעשה הוא” העיקר האט מען דאס אין דעם יום השמינית שבו,
¶17וואס דעמאלט לייענט מען דאך אויך ווי קריאת התורה איז ביום השמינית פון חנוכה איז מען דאך קורא דעם סך הכל פון אלע י' ב' נשיאים, און דאס איז נאך נאכמער בהדגשה און נאכמער פארשטאנדיק ווען דאס קומט נאך אויס ביום השבת,
¶18האט מען דאך אויך דעמאלט די קריאה פון די אלע נשיאים, מיט אויך דעם סך הכל זייערן און סך הכל בפרטיות, ניט ווי דער סך הכל ווי זיי שטייען אין די קריאה פון יום הראשון פון חנוכה, ויש להאריך בכל זה ועצלן ”לחכם ויחכם עוד”.
¶19אט דאס וואס איז נוגע למעשה בפועל פון יעדערן, אז וויבאלד אז דאס איז א פרייטיק מיוחד, ובפשטות, דארף מען זיך אין אים גרייטן סיי צו שבת און סיי צו שבת חנוכה און סיי צו חנוכה, וחנוכה איז כולל אין זיך דעם פך השמן וואס מ'האט אים געפונען די יום הראשון פון חנוכה האט דאך פון זיך כולל געווען דעם שמן פון ”על ישמונות ימי חנוכה”,
¶20וכמדובר כמה פעמים.
¶21האט מען דאך דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו די עבודה רוחנית, אז אין דערויף וואס א איד איז עובד עבודתו בהנוגע וואס מ'געפינט דער פך ”שהיו חסוד בחותמו של כהן גדול” ביום ראשון, אלס א הקדמה צו יום ראשון פון חנוכה,
¶22כדי מ'זאל קענען דערנאך מאכן ליכטיק און מקיים זיין די מצות חנוכה פון דעם ”יום ראשון של” חנוכה, איז אין דעם פך השמן אויך געווען דער ענין פון די נרות פון כל ימי החנוכה,
¶23על דרך אויך ווי מ'זעט דאס נאכמער בפשטות, אז ס'איז דאך ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” איז אז מ'קומט צו דעם ערשטן טאג פון חנוכה, איז דער ערשטער ליכטל פון חנוכה האט מען גלייך די ביידע דיעות, סיי פון בית שמאו און סיי פון בית הלל,
¶24האט מען אויך דעם טאג אין דער ליכטל פון דער ערשטער נאכט האט מען די דעת בית הלל וואס דאס איז כולל אין זיך בכח כל הנרות, און אויך דעת בשמאי, אז מ'האט דאס אנגעצונדן בפשטות די אלע שמונה נרות דוקא דעם ערשטן טאג, כמדובר כמה פעמים.
¶25ועוד וואס יש לעין בזה, אז ס'איז דאך וויבאלד אז מ'האפט דאך אז בכל יום שיבוא האט מען דאך אז משיח צדקנו וועט נאך קומען ערב שבת חנוכה און ערב ערב שבת און ערב חנוכה, און ערב שבת חנוכה ווערט דעמאלט די שאלה?
¶26שטייט דאך אין כתבי האריז ל, אראפגעבראכט אויך אין חסידות, אז לעתיד לבוא וועט זיין א דין ווי בשמאי, במילא איז וויבאלד אז מ'האט איצטער אין דעם פרייטיק ערב שבת און ערב חנוכה ועדיין לא בא,
¶27אף על פי וואס מ'האפט און מ'איז זיכער אז תוכף ומיד וועט ער קומען נאך במשך פון ליל חנוכה, וועט דאס זיכער שוין זיין דא צו די ליל ראשון שלאחרי זה, וואס דאס איז די ערשטע נאכט פון חנוכה, איז ווען הויבט זיך אן די הלכה כבישמא?
¶28אויב דאס הויבט זיך אן תוכף ומיד בביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט איז דאך אויך דא עלי' מדרגא לדרגא, ווערט די שאלה צו אט דאס וואס הלכה כבי שמאי אין ימי המשיח איז דאס גלייך בתחילת בו ובכל עניניו,
¶29במילא וויבאלד אז ער קומט ביום הששי וועט מען אט דעמאלט צינדן כדעת בי שמאי אלע אכט ליכטלעך, און דעמאלט וועט דאך דעמאלט ווערן א גאנצער טומל, און וואס דארף מען נצטרון, ווי אזוי דארף מען זיך גרייטן דערצו וכו,'
¶30ועוד והוא העיקר, אז הלואי זאל דאס זיין די איינציקע דאגה וואס וועט בלייבן אויף אראפברענגען משיח צדקנו, ווי אזוי וועט מען דאך דעמאלט איינקערן צו וויסן צו אנצינדן גלייך מארגן צו די מארגן'דיקע נאכט, נאך אין פרייטאג, ווי מ'צינדט זיך אן די נרות חנוכה פון לעיל ראשון,
¶31צי מ'זאל צוגרייטן דעם שמן אויף אנצינדן גלייך מארגן, ולדעת בשמאי אכט ליכט, אדער ס'איז דעת בית הלל, מערניט ווי איין ליכט, ויש להאריך בכל זה.
¶32ועוד והוא העיקר, אז ס'איז דאך ווי כ' זאגט כ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” בעבודה רוחנית, קען ער דאך א איד הארעווען אויף ביידע ענינים, סיי ווי דעת בית שמאי סיי ווי דעת בית הלל,
¶33וויבאלד אז מ'זאגט אז ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” ובפרט נאך אין דעם ענין פון חנוכה, און מ'זאגט אז ס'איז פארבונדן דער ”אלו ואלה דברי אלקים חיים” פון בסילו ובשמאי בהנוגע צו שאר הפלוגתות בשעת ס'שטייט ניט צי ס'וועט זיין שינויים לעתיד לבוא,
¶34במילא לייגט זיך אין סברא צו זאגן, אז דעמאלט וועט בלייבן, אויב ס'איז א הלכה כפלוני בן פלוני וועט אזוי בלייבן אויך לעתיד לבוא אויך.
¶35משא' כן בנוגע צו פלוגתות בשמאי ובסילו שטייט דאך בפירוש אז דעמאלט וועט זיין ”הלכה כבית שמאי”, רעדט זיך אויך אט דעמאלט די גאנצע שקלא וטריא.
¶36בהנוגע צו געבן אויף צדקה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אלע ענינים, בפרט פרייטאג, בשעת מ'גיט א צדקה לעני ולהלוי והגור אשר בשעריך, וואס דארף מען דאך זיי געבן ניט סתם אויף צרכי שבת סתם, נאר אויף צרכי שבת חנוכה,
¶37במילא דארף מען זיי אויך געבן בנוגע צו נרות חנוכה, אויך די צרכי חנוכה, וויבאלד אז אין די פסודות שבת איז זיכער אויך ניכר דער ענין אז דאס איז א חנוכה סעודה, וכמדובר כמה פעמים.
¶38דארף מען דאך מוסיף זיין אין דער ענין פון צדקה 'מצד עצמו', עאכו"כ בשעת ס'קומט נאך צו דער ענין וואס דאס איז ביידערע ענינים, סיי פון שבת און סיי פון חנוכה,
¶39ויש להאריך בכל זה קיום לעורר, אז ס'קומען צו א ריבוי ענינים אויף צו לערנען ווי חסידית איז דאס מבאר אין דער קביעות השנה ווען מ'האט א חנוכה פון צוויי שבתים,
¶40מ'האט א חנוכה פון צוויי הפטרות, און מ'האט א חנוכה וואס מ'צינדט אן ס'איז נאך פארבונדן מיט ביאת משיח צדקנו, ווערט דאך דעמאלט די שקלא וטריא, דארף מען דאך אויך לערנען די הלכות, וויסן ווי מ'דארף זיך פירן לויט בית שמאי,
¶41און יהי רצון, אז יעדערער זאל מוסיף זיין בזה, און ווי געזאגט פריער, אז ”תן לחכם ויחכם עוד” ווי מ'וועט אים מסייע זיין אויך מלמעלה, ובפרט נאך אז דאס איז דאך אויך אין פרשה וישב,
¶42וואס ”וישב יעקב בקש יעקב לשב בשלוה” און וויבאלד אז רשי איז מפרש אין סוף פרשה וישלח בפשטות, וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז דאס איז פארבונדן אויך מיט פשוטו של מקרא,
¶43אז ווען וועט יעקב אויספירן אז ער וועט זיך טרעפן מיט תוספ'ן, ווי ברענגט רש"י ניט אז דאס איז א ענין של דרש וכיו"ב, נאר זאגט דאס בפשטות בהמשך פירושו אין פשוטו של מקרא, אז ווען וועט ער קומען און ווען וועט זיין ”והאתה להוי' המלוכה” און יעקב קומט לסער וועט דאס זיין בפשטות, אין פשוטו של מקרא.
¶44על דרך זה אויך פארשטאנדיק בנוגע צו פרשה וישב במיוחד, אז ”ביקש יעקב לא שבשלוה” איז דאך א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז יעקב ביקש לא שבשלוה איז דאך א זיכערע זאך, אז תפילתם של צדיקים, ובפרט נאך אז בקשתם של צדיקים, איז זיכער דער אויבערשטער אים איז מקיים בבקשה.
¶45און פונקט אזוי ווי רש"י איז מפרש אין פשוטו של מקרא, אז ס'דארף מקויים ווערן די בקשת יעקב' ים בנוגע צו עושר'ן, עאכו' כמה אז ס'דארף מקויים ווערן און ס'וועט מקויים ווערן דער ”בקש יעקב לא שבישלוה” נאך אין סוף ימי הגלות, וויבאלד אז ”טועמי' חיים זכו”, ובפרט אז מ'האט שוין דעם ערב שבת,
¶46און דעמאלט גרייט מען אויך צו דעם 'לחם משנה' כל הענינים פון שבת, בפרט אז דער שבת האט אויך א ענין של משנה, דאס איז סיי חנוכה און סיי שבת, וכמדובר ומרומז ובארוכה אין מאמרי חסידות און אין קבלה און אויך אין נגלה.
¶47און יהי רצון, אז ס'זאל זיין תוקף ומיד נאך אין דעם פרייטאג, און נאך פרייטאג ביינאכט, איצטער, און וויבאלד אז מ'האלט שוין נאך, "אך צדיקים יודי לשמך יושבי ישרים את פניך", זאל דער אויבערשטער גלייך מקיים זיין בקשת יעקב לישא בשלוה, וואס דאס שפיגלט זיך אויך אזוי אפ אין די בקשת וואס יעדער איד בעט אויף דערויף,
¶48ובפרט נאך אז לויט די שיעורים פון חיטות האט מען שוין ביום הראשון פון שבוע זה, וואס בשנה זו איז דאך דאס געווען חל ביום היו ט' כסלו, דער חג הגאולה פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז דאך געווען דער שיעור אין חתת די התחלה פון יביקש יעקב לא שב בשלוה און דאס קומט אין חג הגאולה,
¶49איז דאך א זיכערע זאך אז צום אלעם ערשטן דארף זיין די גאולה, אין דער ממלא-זיין די בקשה פון לא שב בשלוה נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, אין די לעצטע נעכט פון גלות, והוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין תיכף ומיד ממש, ובמעשה בפועל, ”מראה באצבעו ואומר זה”,
¶50און דאס וואס יעדערער ווערט א שליח צו צדקה וואס מ'וועט אים איצטער מאכן פאר א שליח ובכופלים, סיי לנגד שבת און סיי לנגד חנוכה,
¶51מ'וועט נאך מוסיף זיין מיט דילי איז דאך צדקה מזרז את הגאולה, ביז גאולה בפשטות ממש, אז ס'איז נאך פרייטאג ביינאכט, און נאך פאר חצות לילה, און נאך קודם ווי מ'גייט אריין אין נאך רגעים אין דער לילה,
¶52האט מען שוין דעם לעצטן רגע פון גלות, און דאס ווערט גלייך בהמשך לזה ובסמיכות לזה די ערשטע רגע פון גאולה האמיתית והשלימה עי' משיח צדקנו, ותיכף ומיד מנה.