Paragraph
Paragraph rh-wfbvr19a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-1377ym00
- order
- fK
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- געבארן, און ווי ער ווערט געבארן איז דאך נאך ער אליין, דער קינד אליין, מיט שייך טאן א זאך זעלבסט-שטענדיק טוט דאס פאר אים דער פאטער אדער דער מוטער, אדער אן עלטערער ברודער אדער אן עלטערע שוועסטער, איז וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט כבודו של הקב'ה, איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דארף דאס טאן מיט א זריזת הכי גדולה, צוזאמען דערמיט איז אויך א זיכערע זאך, אז מ'דארף דאס ניט טאן אין אן אופן פון א נס גמור, ווארום אויב ס'וועט זיין א נס איז דאס ניט דער דרך הרגיל אין הנהגת העולם, דארף דאס זיין, אפילו אז דאס ווערט אפגעטאן אלס אן אויסנאם איינומלקער זאך, כדי דערפון זאל מען אפלערנען אויף די גאנצע טויזנטער יארן, ווי דערמאנט פריער, דאס זיין פארבונדן אויך מיט א הנהגה פון טבע, וואס דערפאר דערציילט אויך דער פסוק, אז אף על פי וואס מטה אהרן איז געווארן אין אים א נס גלוי, האט דאך דער נס געקענט זיין בפשטות אין א ניפכן אופן, אז ס'זאל זיין פריער דאס געווען מערניט ווי א שטעקל אליין, און דערנאך איז געווארן אויף דעם שטעקל
- proofread
- 0