Paragraph
Paragraph rh-wcp4mhem
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qzv5tf1t
- order
- PM
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אלע אידן, האנשים והנשים וטף האבן שוין אנגעקליבן אדין קץ ואדין גבול, האט מען נאך, בסיום פון ערב יום הכיפורים, נאך די ברכה וואס זי איז כלל כל התורה כולה, וואס זי איז ואהבת לרעך כמוך ביז כמוך ממש, איז אז מ'ווינשט זיך ערב יום הכיפורים לאחרי תפילת המנחה פון המקום קדוש שמגדלין תורה ומגדלין בו תפילה ומגדלין בו צדקה, און וואס דאס איז געווען דער מקום תפילה ובלימוד וצדקה פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, האט מען שוין אין דעם סיום פון ערב יום הכיפורים א ריבוי עד אין גבול, אין מעשים טובים, טובים אויך, וויבאלד אז דאס קומט לאחרי תפילת המנחה, וואס תפילת המנחה בערב יום הכיפורים זאגט דאך יעדער איד בלחש אין די תפילה, אבער דאס איז בלחש וואס בא דעם אויבערשטן איז דאך דאס די כלי פנימיאה, וואס זי דערנעמט די פנימיות שלמעלה, און דאס ווערט דערנאך נמשך אין פנימיות שלמטה בא יעדער אידן, ביז אין פנימיות כל העולם כולו, ענינים של משיח, עתיד, לעתבא, צדיקייא בתיובתא, יחידה פון יעדער אידן און פון אלע אידן און פון כלל ישראל. און דאס קומט נאך צו נאך א מצוה הכי רבה און כלל התורה כולה, דורך דערווינטשן יעדער איינעם, צי בדיבור אדער במחשבה, איז דאך לפניו נגלה כל תעלומות ובפרט נאך ווי א איד שטייט אין די התעוררות פון ערב יום הכיפורים, איז דאך דאס ביתר שאת וביתר עוז דער לפניו פאר וועלכן ס'איז נגלה כל תעלומות, איז דאס נאכמערער מוסיף, ובפרט אז כרגיל איז מען דאך אויך מסיים פון טיילן אויף צדקה, נוסף אויף געבן אויך אויף ליקח, אט די
- proofread
- 0