פסקה
פסקה rh-wb5x5fze
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-nwwxmktp
- order
- Lh
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ווי דער גאנצער אידישער פאלף אלע צוזאמען. וואס דאס איז אויך איינע וואס מאכט פארשטאנדיק פארוואס מ'האט דאס אנגעהויבן צוגרייטן דוקא דורך נשים ובנות, ווארום ווי מ'זעט אויך אין טבע האדם, אז בשעת מ'וויל באווארענען אז די הויז זאל געפירט ווערן אין א באשטימטן אופן הענגט דאס אפ בעיקר, אן עקרת הבית, אן די פרוי און די באלעבאסטע פון דער הויז, וואס דערפאר איז זי איינע פון די טעמים וואס זי ווערט אנגערופן עקרת הבית, ווארום זי איז דער עיקר פון דער הויז, פון דעם בית, אפילו די וואס האבן נאך ניט חתונה גזm, זיי גרייטן זיך דאך אבער, אז אינגיכון וועט קומען די צייט, און דעמאלט וועלן זיי אויך ווערן א שידוך טוב, און א בנין עד יד, און עקרת הבית אין דער אייגענערער הויז, במילא גרייטן צו שוין די קליינע מיידעלע, אז זי זאל וויסן ווי אזוי זי דארף וואקסן, כדי דערנאך אז זי וועט אויסוואקסן זאל זי זיין אן עקרת הבית אין תכלית השלימות. וואס לש לומר, אז דאס איז אויך איינע פון די טעמים וואס איידע ס'קומט דער ענין פון מתן תורה און
- proofread
- 0