עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-w8f8y1rj

kind
paragraph
order
cX
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
די חילופי דברים האמורים מיטן צמח צדק, און ער איז געווארן דערנאך זיין ממלא מקום, און דערנאך האט דאס ממשיך געווען און איבערגעגעבן בתוספות וביתר שאת וביתר עוז צו ממלא מקומו, וואס דאס איז געווען דער רבי נשמתו אויבן, און דערנאך האט ער דאס איבערגעגעבן צו בנו יחידו ממלא מקומו, וואס דאס איז געווען דער נשיא דורנו, דער רבי שווער. ועוד והוא העיקר, ובפרט על ידי די שליחות וואס מ'מאכט יעדערן פון אייך א שליח אויף ענינים האמורים לעיל, אויף מפרסם-זיין, אז ס'איז דא די שליחות פון תקופה זו, אז יעדער איד, וויבאלד אז מ'שטייט במיוחד אין דעם טאג פון התייסדות מצד פון תומכי תמימים אין א באשטימטער שטאט און א באשטימטן מקום, אבער מיט דער כוונה, וואס די כוונה האט מען גלייך מגלה געווען, אז יעדערער פון זיי זאל ווערן נרות להאיר און דאס זאל זיין בעיקר דער גילוי גרא אין דער זמן פון חרפו עקבות משיחך און דערנאך זאל דאס ווערן דוקא אין אן אופן למעליותא, ווי דערמאנט פריער, אז ס'ווערט דער בירור פון רפח ניצוצים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions