עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

4 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1הלשון? קדושה, על אחת כמה וכמה, וביתר שאת וביתר עוז, אז מ'מאכט דאס אין א מספר מסויים, ווי דער ענין פון שבע ברכות, און אין די שבע ברכות זאגט מען אויך עשר לשונות, ווי דערמאנט כמה פעמים און מפרשים פון די תוכן הברכות, וואס דאס זאגט אויך אן, מ'ווייס דאך אז אזוי קומט פאר א חתונה צווישן אידן, איז דאס פארבונדן מיט שבע ברכות און פארבונדן מיט עשר ברכות, און אויך אין די ברכות זאגט מען אויך מהרה ישמע, וערו יהודו בחוצות ירושלים, וואס דאס איז דאך די ברכה פון גאולה העמיקית והשלימה, אין אנדערע ווערטער, אז יעדער אידישער חתונה איז אן אנזאג, און היילט-צו און איז מקרב נאכמערער די חתונה פון די הכלליות, פון אידן מיטן אויבערשטן בגלוי און מיטן גאנצן שטורעם, ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, לאין כל, און ווי א חתונה דארף דאך זיין מיט א שמחה הכי גדולה, במילא אויך איז דאס מוסיף הצלחה און שמחה אויך אין די הכנות צו דער חתונה, עאכו כמה וכמה אין יום החתונה, ובהמשך לזה אין די גאנצע שבעת ימי המשתה, און דערנאך איז דאס מוסיף וממשיך שמחה אין דעם גאנצן אריכות ימים ושנים טובות, אויף זיין געבענטשט אין אלע ברכות, בנים ובדנות, עוסקים בתורה ובנצוותי', און דער חינוך זייערע, און אויפשטעלן דעם בנין עד דעד, מתוך הרחבה, מיט א בית פתוח לרווחה, און א בית מלא ספרים און א בית ועד לחכמים, ובכללות א בית וואס דאס איז שמגדלין בו תורה און מגדלין בו תפילה און מגדלין בו צדקה ופעולות טובות, וואס יעדער איד, על אחת כמה וכמה א חתן כלה אלס הכנה צו זייער חתונה, נעמען זיי דאך אן

2החלטה הכי טובה, און צוזאמען מיט דער גאנצער תקיפה שבדבר, אז זיי וועלן מאכן און זיי מאכן דערנאך בפועל, ובמעשה הוא העיקר, פון זייער לעבן און פון זייער הויז, בלשון הכתוב, אז דאס ווערט עשו לי מקדש צו דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער איז מבטיח, אז ושכנתי בתוכם אין דער הויז, און צווישן אלע אידישע הייזר, און צווישן כלל ישראל. וואס דאס איז דאך אויך, ווי דערמאנט פריער, אז א חתונה פון איינעם מיט איינע, צווישן אידן, איז דאס גלייך פארבונדן מיט אן אייביקן פארבונדן מיט כלל ישראל, מיט אלע אידן, און מיט יעדער אידן, און פון אלע דורות, על אחת כמה וכמה פון דער חתן-כלה און גאר די נאנצטע זייערע, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף, אז די אלע הכנות, די צוגרייטונגען צו דער חתונה, זאל זיין מתוך שמחה וטוב לבב, ובהצלחה הכי גדולה, ווארום דער אויבערשטער אליין העלפט עושים ביי אים, און נאכמערער איז זיך משתתף אין די הכנות, און נאכמערער ער נעמט גאר א חלק בראש, אז ס'זאל זיין וואס מערער שמחה און וואס מערער ברכה און וואס מערער הצלחה מיט אלע ענינים טובים וואס ס'קען זיין אין דעם פארנעם און לויט דעם וואונטש און לויט דעם אנזאג פון דעם אויבערשטן בתורתינו הקדושה, תורת חיים, וואס זי איז דאך אויך ניתנה בחמשה קולות, און מ'דערמאנט זיי אלע אויך אין די שבע ברכות, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן אז מתן תורה איז דאס בדוגמא פון דעמאלט איז געווען די חתונה כביכול פון דעם אויבערשטן מיטן אידישן פאלק, און גארניט כביכול ס'איז געווען אן ענין של פועל, און דערנאך איז דאס ממשיך ברכה והצלחה אין יעדער חתונה פון יעדער אידן מיט יעדער אידישן

3מאנסביל יעדער אידישע פרוי און מיידלע וואס מאכן א חתונה ווערט דאס א חתונה, א בנין עד יד, על יסודי התורה ומצוותי און נאך מערער ווי זיי ווערן באלויכטן אין אן אור נגלה ונראה, דורך טוב נגלה ונראה, פארבונדן מיט אלע ברכות הטובה הנראה והנגלה, אז ס'זאל זיין, ווי דערמאנט פריער, די הכנות צו די חתונה אליין, און דער המשך פון די שבעת ימי המשתה, און די אריכות ימים ושנים טובות לאחרי זה, ברוב הצלחה וברוב שמחה, און מיט אלע ברכות, ווי דערמאנט און אויסגערעכנט אין די שבע ברכות, און וואס מ'מאכט דאך זיי מיט א שם און מיט שבע ברכות, כמדובר. ובפרט נאך לויט דעם מנהג ישראל, אז חתן וכלה ביום חתונתם זיינען מוסיף בשיעור נוסף אויף די צדקה וואס זיי גיבן על דרך הרגיל לכבוד ובקשר פון דעם יום החתונה ביתר שאת וביתר עוז וקודם החופה, על דרך זה איז מען זיך אויך נוהג, ותבוא עליהם ברכה, אז זיי טוען אזוי אויך די עלטערן זייערע, דער פאטער און די מוטער און די זיידעס און די באבעס און די קרובים בכלל, און דאס אלץ איז נאכמער מוסיף אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות בכלל, און אין דער ברכה המסויימה ומיוחדה, אז די חתונה זאל זיין, כאמור, א בנין עד די עד, על יסודי התורה ומצוותי,' און אזוי אויך דער המשך בזה, די שבעת ימי המשתה, און אין דער המשך דערנאך די אריכות ימים בשנים טובות, כולל אז במהרה ממש, בימיהם ובימינו, ובתוקף ומיד ממש, זאל מקויים ווערן בפועל דער ישמע בריא יהודו בחוצות ירושלים, קול חתן וקול כלה, מיט די אלע כולל ענינים ווי ער רעכנט אויס אין די ברכות,

4אז מ'איז דאך מסיים, כרגיל, דעם צוזאמענטרעפן זיך וואס דאס איז דאך אין א בית שמגדלין בתורה ותפילה וצדקה, וואס אזוי וועט דאך אויך זיכער, כאמור, זיין אויך דעם בית וואס יעדערער פון אייך וועט מייסד זיין א בנין עד די עד, אויך האסור למקדש ושכנתי בתוכם וברכות והצלחות, און דאס זאל אויך נאכמערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלמה על ידי משיח צדקנו, ולא עיקבם אפילו כהרף עין, און ס'וועט זיין די אלע ענינים האמורים תיכף ומיד ממש, בטוב הנראה והנגלה, ותיכף ומיד ממש, גאולה האמיתית והשלמה על ידי משיח צדקנו, און מ'וועט ממשיך זיין די אלע ענינים בערי יהודה ובחוצות ירושלים ממש, און תיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions