פסקה
פסקה rh-w76qp4y3
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-5g34hcwp
- order
- MJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- א סעודה פון משיח צדקנו, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס היילט נאך מערער צו והוא העיקר, אז דורך די אלע זאכן וואס די אידישע קינדער בכלל און צבאות השם במיוחד פירן זיך ווי צבאות השם קומט-צו שלא בערך אין מעשינו ועבודתינו אין די ענינים פון תורה ומצוותי האלט דאס נאך מערער צו דעם ענין קירצער מאכן דעם גלות, און היילט נאכמערער צו, אז ס'זאל קומען די גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, עד כדי כך, אז מ'איז זוכה אז זכו אחישנה, און בפרט נאך אז שוין נאך כלו כל הקיצין איז מען זוכה, אז נאך חול המאיד זה קומט משיח צדקנו, און מ'איז ממשיך דעם חול המאיד, און דערנאך שביעי של פסח, לארץ אחרון של פסח, און אויך אין ארץ-ישראל, ווי אחרון של פסח די ענינים זיינע וואס מ'פראוועט אין שביעי של פסח אין ארץ-ישראל, כולל אויך די סעודה פון דוד מלכא משיחא. און דערצו גרייט מען זיך שוין בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען אלע צבאות השם אין א ריבוי, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער יצר-הרע ווערט אינגאנצן פארטריבן, און נאכמערער מ'פארברענט אים צוזאמען מיט דעם חמץ וואס מ'האט פארברענט ערב פסח, ווי מ'זאגט אין דעם יהי רצון אז אזוי פארברענט אויך דער אויבערשטער דעם יצר הרע, במילא פארשפארט מען גאר אליין האבן די טירחא, דער אויבערשטער טוט דאס אויף און באקומט בכל לבבך אז מ'דינט דעם אויבערשטן מיט דער גאנצער הארץ, ווארום קיינער איז ניט מבלבל, ואדרבא ס' ווערט דער ענין פון אתהפכא חשוכא לנהורא און ס'ווערט איבערגעקערט דער חושך הגלות, על דרך ווי דער חושך פון יצר הרע, ווערט איבערגעקערט דער גלות, אז ס'ווערט א גאולה שלימה נאך מערער ווי ס'איז געווען די גאולה ראשונה, ימי צאתך מארץ מצרים ווי גערעדט מערערע מאל.
- proofread
- 0