English
ספרייה
kind
paragraph
order
7R
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'געפינט זיך אין דער זמן פון גלות, איז באמת איז יעדער איד אינגאנצן א בן חורין, ווארום ער געהערט צו דעם אויבערשטן, און ס'איז ניטא אויף אים קיין באלעבאס אין זאכן פון אידישקייט, ווי באוואוסט דער ווארט פון נשיא דורינו, אז ס'איז ניטא אין קיין זאך פון אידישקייט איז ניטא אויף אונזקען באלעבאס, מערניט ווי דער אויבערשטער, דורך זיין תורה, איז אויף אונז ועל-הבית. און דא שטעלט מען אויך אויס דעם ערשטן יום-טוב פון די אלע דריי רגלים, נאך פאר די רגלים שלאחרי זה, הויבט מען אן פון זמן חירותינו, וואס דאס איז חג הפסח, און אין דערויף גופא הויבט מען אן דערמיט וואס די קינדער פרעגן די שאלות, אן דער מגיד דער ענין פון דער הגדה, און הויבט זיך אן אויך אין אזא אופן ווי דער מנהג ישראל, אז מ'זאגט דאס מיט א פריילעכן ניגון, ווי דער ניגון פון הגדה איז, און מ'איז ממשיך דערנאך די שמחה צוזאמען מיטן כס קידוש, וואס פאר דער אמירת ההגדה, און די ג'כוסיות וואס זיינען לאחרי אמירת ההגדה, און זיי זיינען אלע מתוך שמחה גדולה, ווי דער דין איז אין פראווען דעם סדר און פראווען די הגדה, אז ס'זאל זיין מתוך שמחה גדולה, נוסף אויף דעם מועדים לשמחה וואס ס'איז דא אין אלע ימים-טובים האט מען נאך אין זמן לחירותינו פון פסח א שמחה גדולה ביותר, ובפרט נאך אין דער אמירת ההגדה. און אין דערויף ווערט אויך אויסגעטיילט, און דערפאר איז מען דאך אויך פון די טעמים וואס צבאות השם מאכט מען איינע פון די הויפט אסיפות, פון זייערע, און וואס די אסיפות איז דאך די כוונה אויף אויסצייכענען זיך נאך מערער על צבא השם, דערמאנענדיק זיך דערביי, אז מ'האט אויף דערויף דעם כח ווען דער אויבערשטער האט ארויסגענומען אידן, בהוציאה אותם מארץ מצרים.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים