Paragraph
Paragraph rh-w5vrgtcj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- Db
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דעם אויבערשטנ'ס א שליחות, איז אט דאס גופא ברענגט אים צו, אז ער זאל וועלן אויך טאן אזוי, אדער אז ער טוט בלאו הכי אזוי, זאל ער טאן נאך מיט מער, ביתר שאת וביתר עוז, וואס אט דעמאלט פאראייניקן זיך מערערע אידן צוזאמען, און ווי דער רמב'ם פסק'נט אפ זיינען זיי מכריע דעם מעמד ומצב פון וועלט, מוסיף נאך איין מעשה, אדער אפילו איין דיבור, אדער אפילו איין מחשבה, ומביא את העולם כולו, לידי ישועה והצלה. ובפשטות, אז מ'ברענגט גלייך אראפ דעם מעמד ומצב ווי ס'איז געווען אין דער תיבה, בדוגמא פון לעתיד לבוא, ברענגט מען דאס אראפ אין עולם הזה התחתון בפשטות, און ניט נאר בדוגמא פון לעתיד לבוא, נאר ווי לעתיד לבוא ממש, און נאך מערער, אז וויבאלד אז דאס קומט על ידי פון דער הוספה פון דעם ענין, אדער פון דער פרוי, אדער פון דעם קינד, אין מעשינו ועבודתינו קומט צו נאך מערער אין דעם לעתיד-לבוא, וואס ווערט דאך אויך וואס ווערט דאך אויפגעבויט, ווי געזאגט, פון מעשינו ועבודתינו.
- proofread
- 0