עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

30 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1יום א' י' כסלו אחר תפילת ארבית ומונה ס'הויבט זיך דאך אן י'ט'כסלו, ולכל לראש איז דאך דא דער דברי הרב, און מיטן דיוק מלשון יחיד,

2ווארום מ'זאגט יעדערן, און יעדערער זאגט צו יעדערן און הערט פון יעדערן לשנה טובה בתורת החסידות, ובדרכי החסידות, תכתב ותכתב און ויהי רצון, אז דאס איז דאך א וואונטש, אז דערנאך טוט זיכער יעדערער כל התלוי בו, אז דאס זאל אראפקומען בדוגמא פון ראש-השנה בכלל,

3איז דאך די ראש-השנה זיינען די ענינים בכללות, און דערנאך נעמט מען דאס פאנאנדער בכל יום ויום השייך ליום זה, על דרך זה פארשטאנדיק אויך בהנוגע צו ראש השנה פון תורת החסידות ובדרכי החסידות.

4און וואס איז תורת החסידות און דרכי החסידות?

5איז דאך דא א ריבוי ביאורים און ענינים פון נשיא דורנו, און אויך איבערגעזעצט בכמה לשונות, איז דאך דאס בהישג ”יד של כל אחד ואחד”, ובפרט אז אין דעמאלט האט מען דאך זיכער געלערנט כמה וכמה ענינים אין וועלכע ס'ווערט נתבאר אויך פרטים פון די ענינים, ווערט דאך דאס נאך לייכטער.

6און דערנאך איז דאך דא הפצת המעיינות חוצה, איז דאך א זיכערע זאך אז ס'ליגט א חוף קדוש, אז ”איש את שכרוב יעזורו” אז יעדערער זאל ארויסהעלפן ביי א צווייטן, אויב אים ווייזט זיך אויס אז ער קען אים מוסיף זיין

7'הבנה והשגה' ”אין חכמה בינה” דעת פון כל הענינים, און אויך אין די ענינים פארבונדן מיט י'ט'כסלו בהתחלה וועט ער דאך זיכער דאס טאן.

8ועל דרך זה אויך, אויב ער פילט אז ער דארף האבן אדער קען נוצן נאך א תוספת הסברה וועט ער זיכער זיך ניט שעמען ”לא הביישן למד” און פרעגן בא וועמען ס'קער נאר זיין א מעגלעכקייט אז ער קען באקומען דער הוספת ביאור בזה, און דערנאך דאס אין אן אופן אויף דער אראפקומען ביז אין א מעשה בפועל.

9ובהתחלה בזה איז דאך אויך ווי ס'איז דא אין צוזאמענהאנג מיט י'ט' כסלו דער פתגם הידוע וואס נשיא דורנו האט פארשריבן און איבערגעגעבן בשם אביו וואס ער איז געווען דער בן יחיד שלו וממלא מקומו,

10אז י' תס כסל איז ניט נאר אן ענין אז דעמאלט איז מען בכל הענינים בעצמותם, נאר אויך אין זייער התפשטות וכו.'

11און ווי ס'איז שוין אפגעדרוקט בדיוק דער לשון הרב אין דער התחלה פון יום יום, וואס דאס איז דאך געדרוקט געווארן בחיי פון נשיא דורנו, און געווען בנגד עיניו בפרטי פרטים שלו, פון דעם ספרל,

12עאכו"כ די התחלה פון היום יום, און דער אריינפירן, וואס דאס איז דאך אט דער פתגם פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, אריבערגעגעבן דורך בני במלא מקומי נשיא דורנו.

13וואס דאס איז דאך אויך בשעת מ'טראכט פון וואס קען מען אנהויבן דעם לערנען אין יו ט כסלו איז דאך לכל לראש קומט דאך א ענין שהזמן גרמא, און

14א ענין שהזמן גרמא וואס דאס איז די הלכה פון דעם טאג און אין וועלכן ס'ווערט נתבאר דער ענין פון דעם טאג אין אן אופן וואס ”תן לחכם ויחכם עוד” נוסף אויף דברי הרב האט מען דאך א פארטיקע התחלה וואס ס'איז געדרוקט און ס'איז בהישג יד של כל אחד ואחת, סיי פון אנשים סיי פון נשים סיי פון טף.

15און ויהי רצון, אז וויבאלד אז ס'זינט דעמאלט איז שוין דורכגעגאנגען א ריבוי שנים אין וועלכע מ'האט ממלא געווען הוראות פון נשיא דורנו, אין וועלכע ער האט זיך כולל געווען די הוראות פון דעם אביו,

16וואס ער איז געווען זיין ממלא מקום, און דער דיוק ממלא מקום, ער האט אויסגעפילט דעם גאנצן ארט זיינער און במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז געווען על פי קדושה, במילא דארף דאך זיין מיט א הוספה, ביז א הוספה שלא בערך.

17האט מען אויך, בפרט נאך אז דער היום-יום איז 'בהשגחה פרטית' אויך אויסגעשטעלט אויף א ”שנה מעוברת”, האט מען דאך אויך אויף כל השנה כולה, אויף יעדער טאג,

18א פתגם המתאים לו וואס איז געווען לעיני פון נשיא דורינו און האט אויך געזען די פתגמון ווי זיי זיינען פארבונדן מיט דעם טאג המתאים לו, אף על פי וואס דעמאלט איז די טעג אין ימי השבוע געווען ניט אזוי ווי היינטיקן יאר, אבער בכל אופן קען מען דאך געפינען א התמה אדער א שייכות וכו.'

19ויהי רצון, אז מ'זאל אין דערויף זיך אריינלייגן וועט דאס אנקומען א סייך לייכטער ווי מ'שטעלט זיך פאר, און ס'וועט זיין היום יום, ווי נשיא מסביר געווען, אז יעדער טאג זאל זיין א טאג ווי א טאג דארף זיין, במילא וועט דאך זיין זיכער, אז יעדער איד און אלע אידן וועלן זיין בעים בימים, אז זיי זאלן קומען שטיין און קומען גאנצערהייט מיט אלע זייערע טעג,

20ווארום על ידי התשובה האט מען דאך זיכער משלים געווען, אויך פון לשון שלימות, די טעג וואס זיינען שוין דורכגעגאנגען פון דעם יאר, עאכו"כ דעם טאג, אנהויבנדיק פון ראש השנה פון תורת החסידות און דרכיה, וואס דאס איז יו ט' כסלו,

21און הלוך והוסיף ואור.

22און איז זיכער איז דער אויבערשטער ממלא זיין התלוי בו פון מדה כנגד מדה, אז מ'דארף גאר ניט אנקומען צו א הוספה, ס'איז גענוג ער וועט געבן מדה כנגד מדה, וועט ער זיכער געבן אז דער יום פון יו ט' כסלו זאל זיין דער טאג אז מ'גייט ארויס פון מעשה,

23און מ'גייט אריין אין גאולה האמיתית והשלימה, וויבאלד אז אין דעמאלט איז שוין דורכגעגאנגען א ריבוי ימים, און ”עמדו הכן כולכם” מיט די אלע ענינים וואס מ'האט אויפגעטאן בינתיים איז דאך א זיכערע זאך, אז היום יום, אנהויבנדיק פון דעם טאג, פון דעם יטות כסלו,

24שנת תשמוד ידיך זאל זיין תשמוד יד אחד עלי גלות און הויבט זיך גלייך אן די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'איז הולך ומוסיף ואור מיום ליום.

25ביז אז מ'געפינט זיך אלע צוזאמען נאך אין טאג פון יו טס כסלו, אז דאס ווערט אויך די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, די גאולה פון דעם גלות אין אן אופן אז תיכף ומיד האט מען די גאולה האמיתית והשלימה בכל השלימות שלו, מיטן בית המקדש השלישי,

26וואס דערפאר איז מען דאס אויך מקשר מיט צדקה אין אן אופן פון שלשה פעמים, בדוגמא ווי ”פדה בשלום נפשי” איז דאך אויך רעכנט ער דאך אויס דריי ענינים, פון ”פדה בשלום” נפשי און ורבים היו עמדים

27מקרב אלי כי ורבים היו ימדי און ווי ער טייטשט דאס אויך אפ אין גמרא, און דערמיט אין מסכתא ברכות, און דאס איז אויך די התחלה פון א ריבוי מאמרים פארבונדן מיט יט' כסלו זאל דאס זיין בפשטות, אז ”פדה בשלום נפשי מקרב אלי כי ורבים היו ימדי” תיכף ומיד ממש צו יעדערן פון אנשים און נשים אין טף,

28דורך גאולה האמיתית והשלימה.

29און די צדקה וואס מ'וועט איצטער טיילן בשליחות אויך המשולשת, כדי מ'זאל נאך מוסיף זיין חד וחד לפון שיעורי דילי זאל מען נאכמערער צוהארן אז ס'זאל זיין בפשטות ובדיוק,

30”לא עיכבום אפילו כהרף עין” נאר תיכף ומיד גאולה האמיתית והשלימה מיטן בית המקדש השלישי און נשיא דורנו בראשנו בפשטות ”למטה מעשרה טפחים”, און נשמות בגופים, און כל הנשמות פון כל הדורות, בפשטות, כאמור, 'בשמחה ובטוב' לבב.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions