פסקה
פסקה rh-w561zytf
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-9xa8r37g
- order
- QZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אט דאס גיט מען בכח צו יעדער אידן, אז ער וועט אזוי אויך בענטשן זייענדיק א כהן גדול שוין בערב יום הכיפורים אלס א הכנה צו יום הכיפורים, במכל-שכן וקל-וחומר אז בשעת מתן-תורה האט מען דאס אפגעגעבן יעדער אידן און אלע אידן אויף משך כל ימי השנה, על אחת כמה וכמה בשנה עצמה, ינחת בשנה, על אחת כמה וכמה אין דער הכנה צו דער אחת בשנה וואס זי שטייט בתכלית השלימות, וויבאלדן אז מ'זאגט כאמור לעיל עמלה עליו הכתוב כאילו ווי ער האט אויפגעטאן דורך זיינע ענינים פארבונדן מיט זיין גשמיות און מיט נשמה בגוף דוקא טוט ער אויף, און במעלה עליו הכתוב, ווי די ענינים פון תשרי פון ערב יום הכיפורים און יום הכיפורים, און מ'זאגט דערביי, אז פונקט אזוי ווי יום הכיפורים און דער ענין פון יום הכיפורים איז דאך אחת בשנה און געגעבן געווארן צו אחת וואס ס'איז דא בא יעדער אידן, איז דאך דאס כולל אנשים ונשים וטף וכו ביז קטני קטנים גלייך ווי ער ווערט געבארן איז ער גלייך יורש הכל וכו וואס דאס איז אויך די שייכות בקשר צו דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאג, פון תשעה בתשרי לקביעות שנה זו, וואס בכללות איז דאך די קביעות סדרה פון וזאת הברכה, און זי פארנעמט דעם רוב פון דעם גאנצן חודש תשרי לקביעות פון שנה זו, וכמדובר כמה פעמים, די מעלה פון תשרי איז וואס ער איז מרובה במועדות, און אט דאס זאגט מען, אז בקביעות שנה זו איז ער מרובה אויך אין ברכה, און אין וואס פאר א ברכה? וואס מעריב את זבאו ואומר זאת, אז זאת א ברכה וואס מ'זעט איר א ברכה בטוב הנראה והנגלה, בגשמיות וברוחמיות, וברוחמיות ובגשמיות גם יחד.
- proofread
- 0