פסקה
פסקה rh-w3422p80
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a3ez4nre
- order
- 1w
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וויבאלד אז מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן שוין מערערע מאל, און מ'רעדט די גאנצע צייט, ווי אזוי צבאות השם צום אלעם ערשטן דארפן זיי מלחמה-האבן מיטן יצר-הרע אין אזא מין אופן, צום אלעם ערשטן א זייער יצר-הרע זאל באקומען א טאטאל נאק ארט, און דערנאך אויך זען ביי די חברים ארום זיך, ווערט דאך די שאלה, אז מ'האט גערעדט אזויפיל מאל, און מ'האט דאס דערנאך פארטייטשט אויף ענגליש, און מ'האט דאס אלץ געהערט, און מ'געהערט צו דעם אידישן פאלק, וואס דאס איז אן עם חכם ונבוא, און ער באטראכט זיך אליין, אז ער איז א ווערי סמארט קיד, איז ווי קומט דאס, אז דערנאך קען ער דורכפאלן? איז דארף מען קיין בעסערע ראי'ניט האבן, אז מ'געפינט זיך בא דעם איצטיקן קענרס, און מ'זעט אז אלע זעען ווי אזוי ער פירט זיך אויף, און ער געפינט זיך צווישן נאך עטלעכע קינדער, וואס ער איז עלטער פון זיי, און וואס מ'האט גערעדט, אז מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן אין א בית הכנסת, וואס דער אויבערשטער זאגט אז דאס איז בית י דאס איז דעם אויבערשטנ'ס הויז, און דאס איז א בית תפילה מיט אלע ענינים ופרטים, ביז דאס ווערט אנגערופן מקדש מעט, און ער זעט אז די קינדער ארום אים קוקן זיך צו אים צו, און ווארטן אז ער זאל זיי באווייזן א וועג ווי אזוי מ'דארף ניט פאלגן דעם יצר-הרע, איז אבער די זאך פון דעם יצר-הרע ניט צום יצר-הרע איז, אז ניט ער קומט צוגיין און זאגט הער זיך איין, אז ער איז דער יצר-הרע, און דערפאר זאל ער צו אים פאלגן, נאר בשעת דער יצר-הרע קומט צוגיין און זאגט ער וואס דארפסט זיך איינהאלטן, און וואס דארפסטו טאן פארקערט ווי איך וועל דיר זאגן? פרואו און טו ווי איך וועל דיר זאגן! במילא איז וואס טוט ער? אנשטאט דעם וואס באווייזן א ביישפיל
- proofread
- 0