Paragraph
Paragraph rh-w1gq9p5c
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ysnjnwn7
- order
- H
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- השבוע פון שלישי ביז רביעי, און דערנאך אויך פון רביעי, ובפרט דעם אנהויבס פון רביעי, און מ'זוכט אין דערויף אויך א הוראה, אן אנווייזונג, וואו זעט מען אין דערויף עפעס אן אפלערנונג בהנוגע צו דער סיבה וואס מ'האט זיך דא צוזאמענגעקליבן. וואס דאס איז אויך אין דעם פאל א קלארע הוראה, אשר שלישי הויבט זיך אן מיט דעם ענין פון שבט לוי, וואס שבט לוי האט זיך ניט געדארפט נתעסק זיין אין באארבעטן די פעלדער וכיוצא בזה, ווי ער זאגט אין חלק פון דער סדרה כהוי'הוא נחלתו, אז דער אויבערשטער איז אים מפרנס, וואו שפיגלט זיך דאס אפ? בכל הזמנים, אין יעדער ארט און אין יעדער צייט און אין חוץ-לארץ, און אפילו איצטער אין חושך פפול ומכופל, איז זעט מען דאס אויבן-אויפיק אפילו, אז דאס איז בהנוגע צו קינדער, וואס קינדער איז אף על פי וואס די שלוחים אויף צושטעלן זיי נחלתו און זייער שפייז און כל צרכיהם איז דאס זייערע עלטערן וואס זיינען זוכה, מגדה זיין קינדער לתורה ולחופל, מעשים טובים, דאס אבער די עלטערן זיינען דאך מקיים די שליחות און די התחייבות כביכול, וואס דער אויבערשטער האט מבטיח געווען אז ער איז זנו מפרנס לכל, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, על אחת כמה וכמה וואס קינדער, מצד טבע, האט זיי דער אויבערשטער אזוי באשאפן, אז זיי זאלן ניט קענען זיך פארנעמען מיט אויפשטעלן זיך אליין זייער פרנסה, דאס איז היפך פון טבע, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז שוין אין טבע איז דאס די וואס דער אויבערשטער איז חלקם ונחלתם, ביז וואנענט אז זיי דארפן זיך גאר ניט פארנעמען אייגענע טירחא, זיי דארפן נאר זיין א כלי מתאימה אויף אויפצונעמען דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און די עלטערן זיינען זוכה אז זיי זיינען די שלוחים בדרך הטבע, אז דורך זיי קומט-אן והנהי הוי'הוא נחלתם
- proofread
- 0