עברית
Library

ליל כ' כסלו

60

ידע שלא ילכו כי הי' אוכל טריפות ר"ל), וכאשר הי' חולף זמני ההתעוררות הי' נשאר כמתחלה. זהו פי' חיות, נאָר מען דאַרף מינטערן, לכן וויבאַלד אַז באַ אונז פעלט חיות היינט ווי קען מען רעדן וועגן אור.

[אמר לאחד:] זה שבע שנים שאתה דר בראסטאוו, האם אמרת במשך זמן זה לאחד שאתה מכירו שהוא יושב בחנות בשבת, דברת עמו אודות זה? פאַרוואָס איז דאָס, וויילע מען איז אַליין ניט קיין שומרי שבת, מען קען ניט זאָגן מחללי שבת ח"ו, אָבער קיין שומרי שבת אויך ניט, כאו"א לפי מדרגתו, אַ איד דאַרף זיין שבת אַנדערש, אַ יושב אוהל דאַרף שבת שלאָפן ווייניקער ווי בחול, ער דאַרף זיין פאַרנומען דעם גאַנצן טאָג, רגע כמימרא פון שבת דאַרף זיין טייער, טאָמער האָט ער זיך איינגעמאַטערט טראַכטן, זאָל ער זאָגן מיטן מויל זהר, מדרש, תהלים.

אצל כ"ק אאמו"ר נבג"מ זי"ע איז שבת בבוקר געווען פאַרן דאַוונען, דערנאָך איז געווען דאַוונען, נאָכדעם איז געווען פאַר קידוש, נאָכדעם (בקיץ) פאַר וואַרמעס, נאָכדעם פאַר מנחה, און נאָכדעם בין מנחה למעריב איז געווען גאָר אַנדערש. איך האָב קיינמאָל ניט געזען אַז דער טאַטע זאָל זיך צולייגן שלאָפן בין מנחה למעריב — ווי קען מען זיך דאָס לייגן שלאָפן שבת נאָך מנחה, אַריינקריכן מיט די לאפּציעס אין אצי' — צי עסן ענבים און פאַרלייגן אַ פוס אויף אַ פוס, עס איז דאָך רעוא דכל רעוין גילוי דעתיק. עס איז דאָך אַ מרידה אין עצמות.

עס איז דאָך רעכט אַז מ'ווייס גאָר ניט דעם ענין פון אריכות התפלה.

אַמאָל איז געווען אַ בעל עסק (אַ חסיד אַ בעה"ב), האָט ער געוואוסט אַז ערב שבת דאַרף ער לערנען חסידות, און פאַרן דאַוונען — ניט בשעת טרינקענדיק די טשאָלנט קאַווע — אַ קוק טאָן אַ וואָרט, און נאָך דעם מאריך זיין בתפלה, און געווען אַזעלכע וואָס האָבן געוואוסט אַז שבת אין דער פרי דאַרף ער גיין אין וואַסער, און לאחרי התפלה בלייבט ער הערן איך מתפללים (המתפללים באריכות), ומעביר הסדרה דערוויילע, און ס'איז געווען אַזעלכע וואָס שבת קען ער גלאַט ניט עסן קיין וואַרמעס פאַר צוויי אַזייגער, ער איז אַזוי אַיינגעוואוינט פון טאַטן פון זיידן, און ס'איז געווען אַזעלכע אַז לאחר שכבר התפלל בבוקר און האָט שוים אָפּגעגעסן און אויסגעשלאָפן זיך, און געשטאַנען אויפן פריזבע און האָט זיך אָפּגערעדט אַלע דברים בטלים, זאָגט ער מ'דאַרף גיין גאָר אין שול הערן ווי מ'זאָגט חסידות, מ'זאָגט אַז עס איז גוט, און גייט און הערט אַז עס איז טאַקע גוט (חסר קצת).

ג. מיר האָבן בקבלה (מרבותינו) שכ­שאומרים דא"ח און עס קומט אויס און קאַיילעכדיק און דרוש'יק, צריך ל­הפסיק. באַ אונז חוזרים איז דער טעם מצד הגבהת עצמו, אבל אצל הרביים אינו שייך טעם זה, רק מטעם אחר.

ד. "כל ת"ח שאין בו דעת נבילה טובה הימנו"ח, בהמאמר פדה בשלוםט לא נתבאר מהו הפי' נבילה טובה הימנו, אך הפי' הוא כי נבלה בגימט' הטבע עם הכולל, כי עיקר הכוונה הוא להפוך הטבע, וע"ד שאמר אלי' אני נותרתי נביא להוי' לבדיי. מ"מ אם הוא מסור

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-w1a61wj9

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources