עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vzkh2xep

kind
paragraph
order
Jv
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דאס איז דאך דער פסק הלכה שבתורה, דבר הוי'זו הלכה וואס דאס איז די מסקנא, במעשה דארף זיין דוקא דער מעשה בפועל ממש, מ'זאל דאס קענען אנטאפן אין גשמיות העולם, און אין דערויף זאל אויך נכלל ווערן און בטל ווערן דער חומרית העולם. וואס דאס ווערט אויפגעטאן דורך דערויף וואס אויך ביי א אידן איז דא דער עצם כמדובר לעיל דער חלק הוי'אלוקה ממעל ממש, אויך מיט די ביידע אפטייטשן אין דערויף, כמוזכר לעיל במשך כמה פעמים, אין די ימים שיבור, והתקוה אז זיי וועלן האבן א פעולה נמשכת, אין די ביידע אפטייטשן פון דעם ממש, אז דאס איז א נפש חלק אלוקה ממעל ממש, ווערט ביי אים ממש, אין דעם ממש פון דעם גוף און פון זיין חלקו בעולם הגשמי, וביחד עם זה איז דאס אויך ממש ממש פון עצמות ומהות, ווארום עצמות, כשאתה תופס במקצתו, איז אתה תופס בכולו. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כאמור, מיט די כללות הענין, אז מ'דארף מאחד זיין די פרטי פרטים האמורים, ווי זיי שטייען בנפש האדם, פון המעשה, ואדרבא המעשה בפועל ממש הוא העיקר, וואס דער ענין פון מעשה איז דאך, אז ער טיילט זיך פאנאנדער אויף ל'טעת מלאכות, וואס לכל אחות מהם איז דא כמה תולדות, און די כוונה בזה איז, אז דערפון ווערט געבויט דער ושכנתי בתוכם דער משכן, אראפ די מלאכות אין חול, און אידן מאכן אין דעם להורות אויף להבדיל בין הקודש ובין החול, וואס אין ביידע ענינים, סיי אין קודש און סיי אין חול, איז ער עובד עבודתו לקוני, אני נבראתי לשמש את קוני וכמדובר כמה פעמים, אז עבד מלך איז מלך,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions