transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1און ס'איז דא דער ענין פון תענוג, דער ענין פון ”וקראת לשבת עונג” דערנאך איז ער דאס ממשיך אין די ימים שלאחרי זה, נוסף וואס ער האט דאס ביום השבת בשלימותו?
¶2אט דעמאלט קומט דאס אויך אראפ אין אן ענין של שמחה, וואס שמחה און עונג זיינען דאך צוויי באזונדערע זאכן, ”וקראת לשבת עונג ענין השבת” איז זיכרי עונג און ענין המועדים יום טוב איז ”מועדים לשמחה”, וואס דערפאר איז דאך דא כמה ענינים וואס ס'איז דא ביו יום טוב און ניט בשבת,
¶3ועל דרך זה בשבת ולא ביום טוב, אבער עונג איז למעלה משמחה.
¶4ווי מ'זעט דאס בפועל, אז בשעת ער איז זיך מתענג ”באיזה ענין שיהי'” איז דערנאך, אז ער דערגרייכט צו דעם ענין איז ער שמח וואס ער האט דעם ענין אין וועלכן ער איז זיך מתענק, ווי מ'זעט דאס אויך בפועל ובמוחש.
¶5וואס ביי אן ענין פון תורה ומצוותי' מאנט מען דאך ביידע זאכן, כלשון הכתוב, אז ס'דארף זיין עבדת את ה' אלקיך ”את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב”, וואס טוב לבב איז דאך דאס א ענין פון עונג, און דערצו אויך בשמחה.
¶6און ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ לפסק הלכה אין סוף הלכות לולב איז דאס בא יעדער ענין של מצוה, און בנוגע צו יעדער אידן, בדוגמא פון שאר פסקי הרמב"ם, דארף זיין אין אן אופן פון שמחה וטוב לבב, ווי ער ברענגט דארט אראפ די פרטי הענינים.
¶7עאכו' כמה ווי כמבואר בכמה מקומות בהאריזל, און ווי דער אלטער רבי, בעל הגאולה, ברענגט דאס אויך אראפ אין ספרו התניא, אויף די העכסטע וויכטיקייט בנוגע צו תורה ומצוותי' אז דאס זאל זיין דוקא מתוך שמחה, און ברענגט דעם פסוק 'בשמחה ובטוב' לבב.
¶8וואס די שמחה איז בגלוי, ווי מ'זעט בפועל, אז ווען איז אן ענין של שמחה?
¶9אויב מ'זעט דאס בגלוי, משא"כ אן ענין של עונו קען זיין אז די רועה זאל דאס אויף אים גאר ניט דערקענען.
¶10על פי רוב דערקענט מען דאס ווען מצא ”שמעתא ברייתא עתיקתא” אדער ווי דער לשון ווי ס'ווערט געבראכט שמעתא חדיתא א נייע הלכה איז אט דעמאלט האט דאס ניכר געווען בפניו, מצד דעם תענוג פון חכמת אדם, טהור,
¶11פניו, ווי די גמרא דערציילט, אבער ברובא דרובא, שמחה איז דאס דוקא דעמאלט ווען מ'זעט דאס בגלוי, וואס דערפאר איז דאך ”אין שמחה אלא בבשר, אין שמחה אלא ביין”, משא"כ תענוג קען זיין, כאמור, אז דאס זאל שטיין בהעלם,
¶12וואס דערפאר איז דער עיקר הדרישה און נוגע צו פריצת כל המדידות והגבלות דארף זיין דער ענין השמחה.
¶13וואס דאס איז דאך אויך די הדגשה פון תורת החסידות, אפילו לגבי תורת המוסר, אז דער ענין אז מ'דארף מדגיש זיין דעם ענין השמחה, און שמחה אמיתית ניט חס ושלום א געמכתער, נאר ווי אלע ענינים פון תורה, וואס זי איז ”תורת אמת”,
¶14און מצוותי' גייען דאך אויך לימוד מביא 'לידי מעשה' אויך מצוות אמת, איז אויך די שמחה וואס עבד ”מלקיך בשמחה ובטוב לבב” איז דאס אויך א שמחה אמיתית.
¶15און דער הויפט יסוד אויף דער שמחה אמיתית, אז יעדער איד, ”לכל אחד ואחד”, יעדער איד אין וואס פאר מעמד ומצב ער זאל ניט זיין איז האט ער א ”נפש השנית בישראל היא חלק אלוקה ממעל ממש”,
¶16און דאס געפינט זיך בא יעדער אידן אין אן אופן פון שלימות און אין אן אופן פון נצחיות, ווארום דאס איז מעשה ידו און נאך העכער א חלק אלוקה 'ממעל ממש', איז דאך ניט שייך אז אין דערויף זאל זיין היפך הקיום היפך הנצחיות, ס'קען נאר שטיין בהעלב אדער אין אן אופן פון פועל זיין, און פועל זיין פעולתו.
¶17וואס דאס איז די הדגשה מיוחדת וואס תורת החסידות במיוחד שטעלט, אז כל חיי האדם זאלן זיין ”טוב לב משתה תמיד”, וואס דאס איז א פסק דין וואס ברענגט אראפ דער רמ ה, אין דעם סיום וחותם פון גאנץ חלק אורח חיים.
¶18וואס דער נעמען פון די חלקים פון שולחן ערוך איז דאך אויך געגעבן געווארן פון בארי סמכא, פון די וואס האבן געוואוסט ווי אזוי צו מכוין זיין דעם נאמען צו דעם חלק פון די מחברים.
¶19איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז אורח חיים פון א אידן איז ווי כלשון הידוע, אז ס'דארף זיין שני תמידים די התחלה דארף זיין דער תמיד פון ”שויתי הוי' לנגדי תמיד” וואס שטייט אין דעם ערשטן סימן, אין דעם ערשטן סעיף פון דעם ערשטן סימן פון חלק אורח חיים,
¶20און דער סיום איז מיטן צווייטן תמיד פון טוב לב מיט הוי.'
¶21וואס לכאורה, בשעת ער איז שויתי ה' לנגדי תמיד, און איז דאך אין צדיק בארץ אז ער איז 'יעשה טוב' ולא יחטיו ווי אזוי מאנט מען פון אים אין דעם זעלבן מאורח חיים זאל זיין דער ”נעוץ סופן בתחילתן ותחילתן בסופן” דער ”טוב לב משתה תמיד” צוזאמען מיט ”שויתי הוי' לנגדי תמיד” איז דאס דערפאר וואס ער ווייס,
¶22אויף וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען, האט ער דעם חלק אלוקה 'ממעל ממש', וואס דאס איז ביי אים בפנימיות און דאס איז זיין עצמיות.
¶23און אט דעמאלט איז א זיכערע זאך אז סוף כל סוף איז ”בל ידח ממנו נדח” ס'קען ניט זיין אז עפעס אן ענין זאל מנצח זיין אז חלק אלוקה 'ממעל ממש' ס'קער נאך זיין לפי שעה אדער לפי המקום מינדער לפי שעה גופא.
¶24אבער סוף כל סוף איז ”בל ידח ממנו נדח” אז ס'איז א דבר בטוח אז יעשה תשובה, און וויבאלד אז ”תורת אמת” זאגט אז ס'איז בטחון גמור אז יעשה תשובה איז צוזאמען מיט ”שויתי הוי' לנגדי תמיד” איז ער ”טוב לב משתה תמיד”,
¶25אפילו אז אין צווישן איז דא הלכות יום הכיפורים וכמה סעיפים און שולחן ערוך וואס רעדן וועגן ענינים בלתי רצויים איז אט דעמאלט האט ער די הבטחה אז ער וועט טאן תשובה, און תשובה כדבעי וועט ווערן ”זדונות נעשה לו כזכיות” איז אדרבא דורך דערויף וועט ביי אים צוקומען משתה תמיד.
¶26און דאס איז מצד טוב לב אויך דער ענין התענוג, 'בשמחה ובטוב' לבב.
¶27און פארוואס האט ער דעם בטחון און די זיכערקייט דערפאר וואס ”שויתי ה' לנגדי תמיד” זאגט דאס אים ”תורת אמת” דאס איז ניט א זאך וואס ער דארף זיך איינבילדן!
¶28מ'זאגט אים, ער זאל דערקענען דעם אמת, אז ”הוי' לנגדי תמיד”!
¶29און דאס זאל פועל זיין אויף אים אויף הנהגתו בפועל, ווי אראפגעבראכט אין רמי פון 'מורה נבוכים' פון זיין צייט, און נבוכים פון כל הדורות כולם, פון דעם רמב אז אינו דומה ישיבת האדם, ווי ער איז פאר זיך ווי ווען ער געפינט זיך צוזאמען מיט ”מלך מלכי המלכים הקב"ה”.
¶30וואס דעמאלט האט ער די זיכערקייט אז ”בל ידח ממנו נדח” און ס'וועט זיכער זיין תשובה און וועט זיכער נתהפך ווערן פון יום הכיפורים וועט זיין ”סלחתי כדבריך” בשמחה ובלבב שלום, ווי רש"י ברענגט אראפ, על דרך זה אין כל הסימנים והסעיפים שבינתיים.
¶31וואס דאס איז, כאמור, די הדגשה בנוגע לעניננו, אז דער ענין השמחה גיט כח אויף איבערקומען דעם חושך כפול ומכופל פון גלות וואס ס'געפינט זיך מבחוץ.
¶32דעם חושך כפול ומכופל פון דעם גלות פנימי, וואס מ'איז בא זיך אראפגעפאלן אז היתכן אז נאך די אלע ענינים וואס מ'האט געזען אפילו 'בעיני בשר' פאלט אריין אמאל א סברא, אז אפשר זאל מען ניט זיין כבשלימות איז נוסק ”בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור מצד בלבולי העולם.
¶33מ'כאפט זיך ניט, אז ”מנעשה ה' אלקיכם אתכם” איז דאס כדי לדתכם אז ”אישכם אוהבים את הוי” דאס איז מערניט ווי א נסיון, און אן ענין פון נסיון איז ווי דערציילט ביי ”אחד הי' אברהם” ביי דעם ערשטן אידן, איז בשעת ער איז געגאנגען מקיים זיין ענינס ציווי,
¶34האט אים דער לעומת זה פארגעשטעלט, אז ס'שטייט אין מיטן אן נהר און א מים, און בשעת ער האט מחליט געווען אז דאס וועט אים ניט אפהאלטן איז הגיעה למקום האט ער געזען אז ס'איז גאר קיין מים ניטא, ס'איז מערניט ווי א נסיור, א דורכט, אן איין בילדעניש בעלמא.
¶35וועלט איז דא, א וועלט, און מיט דער וועלט דארף מען מקיים זיין לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים”, אבער אט דאס וואס מ'רעכנט אז וועלט איז א שטער און דערפאר דארף מען ממעט זיין און מ'קען ניט וועט זיין קיין ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור בתכלית השלימות דאס איז אן איינדוכטעניש,
¶36ווארום דער זעלבער וואס האט בורא געווען עולם ומנהיגו איז דאס דער זעלבער וואס ער האט אנגעזאגט אז מ'דארף זיין דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור.
¶37און די בחינה בכל ענינים אלו איז דאס דער ענין פון מעשה בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר”.
¶38אין דערויף זעט מען צי ער האלט דערביי און צי ער מיינט דאס טאקע, און דאס איז בהנוגע אויסצופירן דעם אויבערשטנ'ס רצון דארף דאס זיין אין עשי' בפועל.
¶39וואס אט דאס איז כידוע די תורת רבותינו נשיאינו, אז דער בחיים פון יעדער ענין איז דאס איז די בחינה צי ער איז דערגאנגען אין דעם ענין לתכליתו ולשלימותו.
¶40וואס דאס איז אויך די בחינה ווי אלע ענינים הויבן זיך דאך אן פון תורה, איז די בחינה אז ער איז ”עוסק בתורה”, און ער לערנט תורה ווי מ'דארף לערנען תורה, ניט ער וויל אריינשטעלן אין תורה ווי ביי אים קומט אויס, נאר ער וויל וויסן ווי תורה האלט און אזוי וועט דאס ביי אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן,
¶41איז די בחינה איז, אויב נאך דער גאנצער שקלא וטריא קומט ער צו למעשה בפועל, א פסק דין בפועל, ווי ס'שטייט אין שולחן ערוך איז דאס א סימן אז זיין שקלא וטריא איז א שקלא וטריא לאמיתתו של תורה.
¶42אויב ער האט א גאנצע שקלא וטריא און דערנאך איז ער ”מגלה פנים בתורה שלא כהלכה” איז א סימן אז זיין גאנצע לימוד איז ניט מתאים צו ”תורת אמת”, וואס קיין אנדער בחינה איז אין דערויף ניטא.
¶43ער איז דער זעלבער בעל שכל, ער האט געלערנט אין דער זעלבער ישיבה, בא דעם זעלבן ראש ישיבה, און ער קען זיין א תלמיד וואס ער איז ”מגלה פנים בתורה כהלכה”, און די ראי' אויף דערויף איז, אז נאך זיין גילוי פנים בתורה פסק'נט ער ווי תורת רבו,
¶44און דערנאך איז דא די תלמידים פון היפך הטובים, ווי ער זאגט אין דער משנה, איז ניט נאר אזוי ניט ווי ס'דארף צו זיין, נאר ”מגלין רבו עמו” ער שלעפט זיינער רב ווי זיין ראש-ישיבה אין דעם גלות אין וועלכן ער געפינט זיך.
¶45ער האט אויך א חלק אלוקה 'ממעל ממש', וואס דערפאר גייט ער אין גלות וואס דארט וועט ער מחפר זיין און דערנאך וועט דאס ווערן בלידך ממנו נדל.
¶46אבער דערוויילע איז ”מגלין רבו עמו” און ווי ס'שטייט די הסברה בזה דער טעם אין גמרא וחיות שתתן לו וחיות שמה אז ער דארף דארטן האבן זיין גאנצן חיות, דער טעם פנימיות זאגט מען אויף דערויף, וויבאלד אז דער ראש-ישיבה האט אים דאס ניט באווארנט איז ער אויך ווערט אז ער זאל אויך אהינצו מיט אים קומען און זיך אויך מתייסר זיין בזה.
¶47וואס כאמור, אט דאס איז די בחינה איז בנוגע ווי דאס קומט ארויס במעשה בפועל.
¶48וואס דאס איז אויך די בחינה בנוגע צו ”מעלין בקודש”, ווי גערעדט פריער, אז בשעת מ'האט אט די החלטה, און די החלטה נעמט מען אן און ס'ווייזט זיך אויס בכל התוקף הדרוש, איז די בחינה בזה איז צי לאחרי החלטה זו איז דאס ניכר אין מעשה בפועל.
¶49און ס'איז ניכר אין מעשה בפועל אז ס'איז צוגעקומען אן עלי' מיט א הוספה בדבר.
¶50און אניט איז קען זיין אויפן בעסטן אופן שטייט ער אין דעם זעלבן מעמד ומצב ווי ס'איז געווען קודם ההחלטה, און אמאל קען זיין נאך נידעריקער, אז ניט נאר איז ניטא די עלי'ס'שטייט אפילו ניט במעמדו ומצבו, נאר ס'פעלט נאך דערפון ווי ס'איז געווען פריער.
¶51וואס דא איז אויך דער כאן המקום לעורר, און מסתמא וועט דאס מעורר זיין אויך א ברוגז, אבער ניט דאס איז מיין כוונה לגמרי בכלל איז דער מנהג המדינה, אז איצטער איז די חדשים וואס מ'מאכט אלע-ערליי קאנווענשענ'ס מיט אסיפות מיט החלטות וכו' וכו.'
¶52וואס א חלק חשוב מהם איז דאך דאס א כינוס וואס ס'דארף זיין ”טוב לשמים, טוב לבריות”, א כינוס ”לצדיקים, טוב להם וטוב לעולם”.
¶53בטבע האדם איז אבער, אז בשעת מ'דארף טאן א מעשה אין אן אופן מסודר דארף מען פריער האבן א החלטה בדבר, אויסצושטעלן ווי צו טאן, און כדי די החלטה בדבר זאל זיין כדבעי די תשובה ותשועה ברוב יועץ איז דערפ ר ז מ'קלייבט זיך צוז מען עטלעכע צוז מען,
¶54איז ט דעמ לט ותשועה ברוב יועץ מ'ז ל מ כן די ריכטיקע החלטות, און די החלטות קומט דערנ ך רא ליט דער מעשה בפועל.
¶55ס'איז דא בער לצערנו הגדול ווי ס'איז געווען בשנים של השתקט, און צוויי יאר פ ר דערויף וכו איז נ ך דערויף ווי ס'איז געווען קאנווענשן במקום פלוני וכו.'
¶56און מ'האט אנגענומען גערעדט און אנגענומען כמה החלטות וכו און ס'איז דורכגאנגען דער גאנצער יאר פון דעמאלט זעט זיך ניט קיין שינוי במעשה!
¶57זיכער איז כוונתן רצוי' און מ'וועט האבן גאנצער למהזר און דער גאנצער למהבה און מ'וויל ביי קיינעם ניט פוגע זיין וכו אבער בשעת די משנה פסק'נט אפ, אז מעשה הוא העיקר און בשעת דער בית-יוסף האט געמאכט צוויי חיבורים פריער אין בית יוסף להבדיל תוהו להדיר אלע-ערליי דיעות געבר כט מיט די מסקנות, און מפרש געווען דעם טור,
¶58און אראפגעבר כט בעת המשנה והגמרא והראשונים ואחרונים שבית, ה טער דערנ ך ערשט געמ כט צווייטן חיבור, וו ס ווערט נגערופן שולחן ערוך וו ס ד רט איז לץ צוגעגרייט, און ווי זוי איז ד רטן צוגעגרייט?
¶59מעשה בפועל! און ווי מ'זעט בפועל, אז מ'דארף פסק'ענען א דין, און ווען' גיט מען סמיכות איז קען ער זיין בקה אינגאנץ בית יסוד, גיט מען אים ניט קיין סמיכות, אז ער איז בקה אין שולחן-ערוך.
¶60אמת טאקע ס'דארף ניט זיין אב לעולם, מ'דארף ניט די טעמים אויך, בהנוגע אבער צו ”המאורי הוראה בישראל”, המאורי דרך של ישראל, מדריך פון זיין אייגענע משפחה דארף מען האבן די מעשה בפועל.
¶61און אט דאס וואלט געווען א דבר גדול ודכון ביותר, אז בשעת איידער מ'נעמט די החלטות אויף מכמה להבא, זאל מען א קוק טאן במשך שנה שעברה, נאך דער פריערדיקער קאנווענשען, וואס מ'האט דעמאלט אנגענומען החלטות מער ווייניקער די זעלבע,
¶62מסתמא בהוספה וויבאלד אז ”מעלין בקודש” וויפל איז צוגעקומען במעשה בפועל במשך שנה זו.
¶63און אויב ס'וועט זיך ארויסווייזן לויט דעם חשבון צדק, אז ס'איז צוגעקומען ככל הדרוש איז תבוא עליהם ברכה גייט מען אויף דער ריכטיקער וועג, וירבו ויעלה בקודש מכאן ולהבא ומהם יראו וכן יעשו בשעת אבער מ'מאכט חשבון צדק און מ'זעט,
¶64אז מ'האט געדארפט אויפטאן מערער אביסל אדער מערער מיט א סך, אדער מערער מיט צוויי מאל א סך איז אט דעמאלט איז א סימן, אז עפעס האט געפעלט אין דעם פריערדיקן מאל איז דאך זיכער, אז דאס איז צוליב דערויף, כדי איצטער זאל מען דאס ממלא זיין, כדי צו ממלא זיין וואס ס'האט געפעלט אין דער פריערדיקער קאנווענשאן,
¶65כדי ס'זאל נוסף אויף דערויף אויך אט דאס וואס ס'דארף צוקומען לויט דעם נייעם כינוס וואס ס'איז געווען אדער דאס וואס ס'וועט זיין אין תשל"ז.
¶66וואס דאס איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס איז נוגע צו די וואס דארפן ערשט פארקומען די כינוסים, אויב מ'וועט זיך וועלן אריינטראבן ס'איז ניט מיין ההמצאה, ס'שטייט אין ספרים און אין אנהויבנדיק, פון חומש ומשנה און גמרא און ס'איז מפורסם לכל אז ”המעשה הוא העיקר”.
¶67און אויך, אז די בחינה בכל דבר איז ווי אזוי ס'איז דערנאך דער ”מביא לידי מעשה” ווי ס'איז געווען די מעשה בפועל.
¶68אפילו אט די כינוסים וואס זיינען געווען בעבר, און מודה סיבה שתהי' האט מען ניט געמאכט קיין חרך בן צדק וואס ס'האט זיך אויפגעטאן בשנה שיברה לאחרי ההחלטה פון תשל"ו.
¶69דער אין תשל"ו לאחרי החלטות פון תשל"ה.
¶70איז דאך ”גלוי וידוע לכל”, ז נאך דעם ג נצן כבוד מיטן תוקף כח וו ס ס'ה בן די כינוסים איז דערנ ך בלייבן ט די ועדים ט די געציילטע מענטשן וו ס ן זיי הענגט-א דערנ ך די חיי יום יום אויף דורכפירן די החלטות בפועל,
¶71וואס אט די דארפן דאך זיין בפעולתם ”בין כינוס לכינוס”, בין קאנווענשן לקאנווענשן איז אפילו אט די וואס זייער כינוס איז געווען אין סוף פון תשל"ו אדער אין התחלות פון תשל"ז אין חודש תשרי וכיוצא בזה זיינען נאך איצטער דא און זיי זיינען פועלים אין פעולתם אט דעם פאר אט די געטיילטע מענטשן וואס זיי דארפן דורכפירן
¶72די החלטות בפועל. און יהי רצון, ז אין זיי זאלן מקויים ווערן פון 'קבל את האמת ממי שאמרו', ניט פרעגנדיק ווער דאס ה ט געז גט און ווי זוי מ'ה ט דאס געז גט און וו ס מ'ה ט געמיינט, און ז מ'ה ט געה ט אין דערויף אפשר כוונות זוינע כוונות זוינע, כוונות זוינע.
¶73מ'ה ט ניט קיינע כוונות, און ס'איז ניט נוגע די כוונה, וו רום דאס איז ניט קיין אויפטו, ד ס שטייט געדרוקט אין ספרים וואס זיינען געדרוקט געוו רן מיט דור פ ר אונזער דור, מיט צוויי דורות פ ר אונזערע דורות,
¶74מיט דריי דורות פ ר אונזערע דורות, ביז משנה וגמרא וראשונים ואחרונים וכו ז זיי ז לן זיך מתבונן זיין, וו ס ה ט מען געד רפט אויפט ן אין די תשל"ו בעצם,
¶75להחלטות פון די כינוסים וו ס ס'איז דעמ לט געווען, און אויב מ'האט ניט דערטאן איז דאך זיכער אין דערויף געווען א סיבה אויסגעפינען די סיבה ”על מנת לתקנה”, און ניט נאר מתקן זיין דעם חסר פון תשל"ו,
¶76נאר אויך זען וואס מ'דארף אויפטאן, אז דער תשל"ז זאל זיין א שנה מלאה פון ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים”, ומתפלל אים הציבור,
¶77און אט דעמאלט איז א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז ו”הן אל כביר ולא” אמה זיי וועלן גיין בכח הרבים, אט די וואס האבן זיך משתתף געווען אין די אסיפות און די כינוסים, און מ'וועט דאס טאן אליבא די אמת אויף מאכן א חשבון צדק,
¶78ניט וועלן זיך מגזם זיין מאכן לייכטער זיך אויפן הארצן, ניט וועלן זיי געפינען חסרון עצמו על אחת כמה וכמה חסרון בזלתו וו רום ד ס איז ן ענין וו ס איז נוגע לרבים, און וויילרי איז ד ס נוגע צו 'כלל ישראל',
¶79איז מכל-שכן וקל-וחומר, ז דורך מעשה אחד איז מכריע ”עצמו וכל העולם כולו לכף זכות” ווי די גמרא ז גט אין קידושין און דער רמב ם ברענגט ד ס ר רט לפסק הלכה,
¶80ב חיפרו 'יד החזקה' איז כדאי די גאנצע רגיעה והשתדלות אויף איבערקוקן די גאנצע זאך ”מתחילתה ועד סופה”, און ניט רעכענען זיך, אפשר וועט מען געפינען חסרון אין צווייטן, אפשר וועט מען געפינען חסרון אין זיך,
¶81אפילו ניט רעכענדיק דערמיט וואס אויף דערויף האט מעורר געווען פלוני בן פלוני, כאמור, דאס איז ניט זיינע המצאה, דאס איז ן ענין וואס דאס איז א פסק דין אין ראשונים ואחרונים, אז אזוי ד רף זיין די הנהגה פון כל אחד ואחד מישראל, על אחת כמה וכמה אז מ'קלייבט זיך צוז מען כמה מהם.
¶82און ויהי רצון, אז מ'זאל טאן אין דער ריכטונג און מיט דער כוונה, ובקרוב ממש, ווארום ס'איז דאך יפה ”שעה אחת קודם” ”בכל עניני תורה” ומצוותי ובפרט נ ך, ז מ'געפינט זיך אין דעם סוף פון זמן הגלות, וו ס ט דעמ לט ווערט דער חושך לץ גרעסער,
¶83חושך כפול ומכופל, א דיעה ישן שאין כמוהו איז ד ך נ כמערער נוגע, ז ”כל רגע ורגע” אויף מקדים זיין מאכן ט דעם חשבון צדק, וו ס ה טן אויפגעט ן אין חדשים שלפני זה,
¶84על יסוד ההחלטות שבשנה שעברה על מנת אויף מתקן זיין, ז די החלטות וו ס מ'וועט אננעמען מכאן ולהבא ז ל מען גלייך ב זיך פ רצייכענען דער מגלה זיין בגלוי בפומבי,
¶85ז דערפ ר ד רף מען מרדן אינדערפרי זיין אין מעשה בפועל אין דעם ענין של תורה ומצוותי אין צווייטן ענין, אין דריטן ענין, און אויך כדי ד ס ז ל ה בן מערער חיזוק, גלייך מחליט זיין, ז מ'וועט ד ס גיין און מפרסם זיין די הסגים כתובת הרשב א 'מצוה לפרסם אותו מצוה',
¶86ווי דער רמ ה ברענגט דאס אויך רא אין אורח חיים, אין שולחן ערוך אורח חיים.
¶87און ט ד ס וועט מוסיף זיין בהנוגע, ז ס'זאל מבטל זיין די שוועריקייטן וו ס ס'איז פ רבונדן אויף דורכצופירן ט די לע ענינים בפועל.
¶88און ויהי רצון שהתקבלו דברים אויבו 'בשמחה ובטוב' לבב און דער עיקר, ז זיי זאלן רא ברענגען למעשה בפועל, ובקרוב ממש, ויתמך פורקנו ויקרב קץ משיחו בגלוי ממש, בביאת משיח תדקנו, יבוא ויגאלנו ו”יוליכנו קוממיות לארצנו”.
¶89לחיים.