עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

78 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1י' כסלו תשמ", א

2התוועדות וואס איז פארבונדן מיט א באשטימטן מאורע פאסירונג, ווי בנידון דידן בנוגע צו י' כסלו.

3ס'איז דאך ווי אלע ענינים פון אידן און אידישקייט, וואס דארפן זיך פירן און פירן זיך על פי הוראת תורתנו, וואס ווערט אנגערופן תורת חיים הוראה בחיים אן אנווייזונג אין לעבן בעולם 'הזה הגשמי',

4ביז וואנענט אז דאס פועל"ט אויך אויף דער טייל וועלט וואס זי איז ניט נאר גשמי נאר אויך חומרי איז דאך א כלל אין תורה,

5אז ”המעשה הוא העיקר” אז אף על פי וואס תורה איז דאך 'חכמתו ורצונו' של הקב"ה און מ'זאגט אויף דערויף, אז ”הוא וחכמתו אחד” ווי דער רמב"ם ברענגט דאס אויך אראפ לפסק דין אין ספרו ”יד החזקה” כאטש ער נוצט דארט דעם לשון דעת אבער די כוונה איז דאך די זעלבע.

6און דער אויבערשטער איז דאך למעלה מכל מדידה והגבלה, און ווערט דאך אנגערופן בשם אין סוף אפילו א הערה פון אים אויך איז אין סוף,

7על אחת כמה וכמה בהנוגע צו דעם אויבערשטן אויף וועלכן מ'זאגט אז ”הוא וחכמתו אחד” און תורה ”שעשועים לפניו” ביז וואנענט ”ונהלמה מעין כל חי” צוזאמען דערמיט ווערט זי אבער אויך אנגערופן, כאמור,

8תורת חיים אז דאס ווערט אז מ'נעמט פון איר ארויס ווארום דאס ווערט א הוראה אין חיים כפשוטם, אין עולם הפשט, וואס דאס איז דער 'עולם העשי' דער 'עולם הזה' הגשמי.

9און ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז ”המעשה הוא העיקר” און ווי די בחינה אין אלע ענינים, אז מ'האט א ספק ווי דער אמת, ווארום ס'קען זיין אין דערויף כמה סברות, ביז אפילו כמה סברות, לויט שכל די קדושה, לויט שכל התורה,

10בלשון הגמרא אין עירובין, אז ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” חס די דעות קענען זיין הפכיות, ברענגט דארט די דוגמא פון בית שמאי וביתילף,

11”הללו אוסרים והללו מתירים”.

12זאגט מען, אז ס'דארף דערפון ארויסקומען א הוראה ברורה והלכה כמותו, ווארום אין מעשה, אין מחשבה, אין דיבור, קען ער רעדן אויף פארשידענע ערליי אופנים,

13בשעת ס'רעדט זיך אבער וועגן מעשה איז דעמאלט קען דאך זיין נאר באופן מסויים און ניט אויף שני אופנים הפכיים, זאגט מען אז ”המעשה הוא העיקר” אז ניט נאר ס'דארף זיין מעשה, נאר דאס איז גאר דער עיקר.

14ביז וואנענט, אז אין וועלט גופא, וואס בכללות ווערט דאך דאס צוטיילט אויף ”את השמים ואת הארץ” וואס נוסף אויף פירוש הפשוט ”בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ” כפשוטו, איז דאך דאס אויך כולל בכל ענין ואופן די רוחניות הדברים,

15שמים פון דער זאך און די ארץ און די גשמיות הדברים, וואס בנוגע צו חיי האדם, איז דאך ענין המעשה שלו איז דאס דער ענין פון זיין ארץ, משא"כ די מחשבה און דער ”שכל ורצון שלו”,

16איז דאס די רוחניות לגבי העשי' שלו, זאגט מען אויף דערויף, אז ”המעשה הוא העיקר” ביז כמדובר די הוכחה פון דער הלכה לפועל, אז בנוגע צו די מצוות, איז בשעת ער איז מכוין כל הכוונות,

17ביז וואנענט כוונות הכי עליונות, און האט ניט געטאן די מצוות במעשה בפועל, האט ער ניט מקיים געווען די מצוה, בשעת ער האט געטאן די מצוה בפועל, אף על פי וואס מאיזה סיבה שתהי' האט ער ניט מכוין געווען די כוונות,

18איז אט דעמאלט האט ער מקיים געווען די מצוה, טאקע ניט א מצוה מיט הידור, על אחת כמה וכמה ניט מהדרין מן המהדרין, אבער ער האט מקיים געווען דעם ציווי הקב"ה און זאגט אויף דערויף די ברכה אשר קדשנו במצוותיו וצונו די מקיים זיין מצוה פלונית.

19וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בהנוגע וואס פון יעדער ענין דארף מען דאך אפלערנען אן ענין אין תורה, וויבאלד אז ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” ווי ער זאגט אין בראשית רבה בתחילתה,

20איז דארף מען דאך כדי צו נעמען א זאך ווי דאס איז לאמיתתה, דארף ער דאך נעמען דאס ממקורה ושרשה, וויסן ווי אזוי די זאך איז באשאפן געווארן, וואס דעמאלט איז ער זיכער אז ער וועט פארשטיין די זאך און נוצן די זאך ווי זי איז,

21וויבאלד אז ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” וואס דאס גייט דאך אויך אויף אלע ענינים וואס ס'איז דא אין וועלט, ביז די פרטים ופרטי-פרטים, ווי זיי ווערן אויסגערעכנט ”אין מעשה בראשית”, ביז ווי זיי שטייען בכללות אין דעם פסוק ראשון פון מעשה בראשית ”את השמים לרבות צבאיהם ואת הארץ לרבות” צבאיהם.

22וואס דאס איז דאך כולל די אלע פרטים פון שמים וארץ.

23איז אין דערויף דער עיקר אויך, ”לא בשמים היא” אז מ'זאגט אז עיקר התורה איז אין וארץ, כולל כאמור אז די הוראות פון איר דארף מען ארויסקומען בארץ אין א מעשה בפועל, און דערנאך קומט אויך דער ענין אז בשעת ס'איז דא דער לעשותו זאל זיין נאכמערער בשלימות דער ענין הכוונה,

24דער ברכת המצוות וכו.'

25וואס על דרך זה איז אויך אין יעדער מאורע, על אחת כמה וכמה אין א מאורע כללי, וואס קלייבט מערערע אידן צוזאמען, וואס אפילו עשרה מישראל ווערט דאס שוין א מספר שלם און אן עדה קדושה,

26ביז אז מ'זאגט אז דאס איז א פרסום און א פרהסיא, וואס דאס האט אלע דינים פון פרהסיא וויבאלד אז ס'איז דא עשרה מישראל, על אחת כמה וכמה כמה וכמה פעמים עשרה,

27על אחת כמה וכמה אז דאס איז בכל וכמה וכמה מקומות, ביז בכל קצרי תבל, איז דאך זיכער אז דערפון דארף ארויסקומען לכל לראש אן ענין וואס איז נוגע במעשה, ואדרבא דאס איז דער עיקר אז ס'זאל אראפקומען במעשה בפועל.

28וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז לגמרי קיין סתירה ניט, אז בשעת מ'זאגט אז דאס איז פארבונדן מיט דעם ענין און מיט די שיטה וואס ווערט אנגערופן בשם חב"ד על שם הראשי-תיבות 'חכמה בינה' דעת על אחת כמה וכמה ווי דער בעל הגאולה, ווי דער אלטער רבי אליין איז מדגיש בכמה מקומות,

29אנהויבנדיק פון ספרי התניא, אז חב ד איז דאס בניגוד צו די מדות הבאות לאחרי זה, אז פון דעם שכל שבראש ווערן אלה די מדות 'אהבה ויראה' ורחמים וענפוהם וואס בלב און ערשט דערנאך קומט דאס אראפ ”אין מחשבה דיבור”, און ערשט דערנאך קומט דאס אראפ במעשים.

30און דא זאגט מען, אז דאס איז א גאולה וואס איז פארבונדן מיט 'חכמה בינה' דעת, און אף על פי כן איז מען גלייך מדגיש, אז דער עיקר בזה איז, אז פון חכמה זאל דאס אראפקומען אין בינה און אין דעת און די אלע מדריגות שלאחרי זה,

31ביז דאס וועט אראפקומען אין א מעשה בפועל, און מ'זאל גאר וויסן זיין, אז דער עיקר בזה איז ניט די 'הבנה והשגה' וואס ער האט בשכל שבראש און דעם רגש וואס ער האט במדות שבלב אפילו ניט אט דאס ווי ער באטראכט דאס,

32און דאס קומט ביי אים אראפ אין א מחשבה גלוי' ביז אפילו אויך אין דיבור, אז די מחשבה ווערט נתגלה בדיבור, וואס דיבור הערט דאך שוין אויך א צווייטער אזולת איז דאס נאך אלץ ניט מספיק, דאס מוז אראפקומען במעשה, און דער מעשה איז הוא העיקר.

33איז די קשיא מיקרא לעשה ווארום כאמור, אט דאס איז דער גאנצער סדר פון תורה, אז בשעת מ'הויבט אן לערנען תורה, דארף זיין די התחלה בזה,

34ניט דארט די החלטה אויף להבין ולהשכיל, וואס דאס דעמאלט איז דער 'לימוד התורה' כדבעי, נאר ווי די גמרא זאגט דעם לשון און ס'איז דאך פסק-דין אין שולחן-ערוך אז ס'דארף זיין ”ברכו בתורה תחילה” און אין וואס באשטייט דער תוכן הברכה?

35אשר ”נתן לנו את תורתו” אז דאס איז די תורה וואס דער אויבערשטער אליין לערנט, און דאס האט ער געגעבן נתן,

36וואס ”כל הנותן בעין יפה נותן”, ווי דער כלל איז בהנוגע להלכה, בהנוגע לדין, איז דאך פארשטאנדיק אויך אזוי אין דער אפטייטש פון דער ברכה, אז וויבאלד אז מ'נוצט דעם לשון נתן האט ער געגעבן בעין יפה איז דאך א זיכערע זאך אז ער האט געגעבן אלץ,

37ביז די גג מיט די עלי מיט אלע פרטים וואס איז פארבונדן מיטן בנין האמיתי, וואס דאס איז דער ענין התורה.

38און דעמאלט ערשט, נאך דערויף אז ער ווייס און מאכט אויף דערויף א ברכה והמשכה, און בענטש דעם אויבערשטן וואס ”נתן לנו את תורתו” ווי די תורה איז זיינע, וואס דארט איז דאך פארשטאנדיק דער גודל העילוי, און דער למעלה ממדידה והגבלה, און דער אין-סוף אמיתי ווי ס'איז דא אין תורה,

39און דערנאך איז מען מסיים נותן התורה, ווי מ'טייטשט אפ אויף דערויף, אז נותן התורה איז דא אויך דער פשט פון פעולה פון לשון הוה אז ער גיט דאס איצטער, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיטן דין וואס די גמרא זאגט,

40אז בשעת מ'לערנט תורה ”באיזה מקום ובאיזה” זמן שיהיה איז ”מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע” בשעת מתן תורה,

41איז אף כאן אזוי בשעת א איד זיצט און לערנט אין א פינה נידחת, אין חוץ לארץ, אין חושך כפול ומכופל פון דעם גלות,

42איז ער דעמאלט ”באימה וביראה וברתת ובזיע” לויט דעם פארלאנג פון ”תורת אמת” פרעגט אויף דערויף דער בעל הגאולה די שאלה ווי אזוי קען מען דאס פארלאנגען בשעת דעמאלט איז געווען דער מתן תורה וואס ”וירד הוי' על הר סיני” מיט דער גאנצער מרכבה, מיט די מלאכים, מיטן גאנצן שטורעם,

43און דא זאגט מען, אז ער זיצט אין א פינה נידחת, און תורה זאגט אים, אז דאס איז גלות, און זאגט אים, אז דאס איז א חושך כפול ומכופל, און הייסט אים מאכן א חשבון צדק פון זיך און פון דער סביבה און פון דעם מצב בעולם כולו, וביחד עם זה זאגט מען אים,

44אז בשעת ס'רעצט זיך לערנען תורה, איזו ענין שבתורה דארף דאס זיין ”מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע איז אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע”.

45און דאס איז ניט א געמאכטע אימה ויראה, ”תורת אמת” מאנט ניט קיין געמאכטע זאכן, זי איז געבויט געווארן אויף אמת, ביז וואנענט ווי די גמרא זאגט אין יומא מתוך שאמיתי הוא לא כתבו אפילו אז מ'האט געדארפט זאגן אז עכו מרקדין בו אוכלו און

46איז מסביר, אז וויבאלד אז די גמרא איז מעיד, וואס דאס איז דאך אן עדות פון ”תורת אמת”, אז בשעת א איד איז ”קורא ושונה איז הקב"ה קורא ושונה כנגדו” איז דאס פונקט מיטן גאנצן שטורעם ווי ס'איז געווען צום ערשטן מאל בשעת מתן תורה,

47אט דאס וואס ער זעט דאס ניט 'בעיני בשר' איז דאס אבער ניט משנה די מציאות און דער אמיתית הענין, דערפאר, וויבאלד אבער אז ער ווייס אז דאס איז אמיתית המציאות, אז דאס איז ”הקב"ה קורא ושונה כנגדו”,

48וויבאלד ער זעט זיך לערנען, זעט זיך דער אויבערשטער ”קורא ושונה כנגדו מדה כנגד מדה” איז דערפאר ווערט פון אים פארלאנגט, און ער קען דאס דורכפירן באמת,

49דעם אימה ”ויראה ורתת וזיע”.

50און אויף וואס זאגט מען דאס?

51אז ער איז נותן התורה לשון הוה, איז וועלכע תורה גיט איר?

52זאגט מען פריער אין דער זעלבער ברכה, אז דאס איז תורתו און גלייך נאך דערויף זעצט ער דאך לערנען תורה אנהויבנדיק פון פשוטם של ענינים, וואס דאס איז דאך די התחלת הלימוד אין תורה, און אין וואס באשטייט די גדלות פון דעם לימוד?

53בשעת ער לערנט ”לעלמוד וללמוד לשמור ולעשות” ולקיים זאל אראפקומען אין מעשה בפועל, וואס אין דערויף איז דאך דער ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה” אין דערויף באשטייט די גדלות פון דעם לימוד.

54על דרך זה ווי דאס איז אין ”כללות כל התורה כולה”, דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז אזוי בהנוגע צו דעם חלק אין תורה וואס איז פארבונדן מיט 'חכמה בינה' ודעת פון תורה, אז מ'דארף דאס טאקע אנהויבן פון ”נתן לנו את תורתו” מיט גודל ההבנה והשגה אין דעם לימוד פון די ענינים.

55די תכלית הכוונה איז, אז דאס זאל אראפקומען אין מעשה בפועל, איבערמאכן זיין גאנצע איינשטעלונג בכל עניניו שלו,

56וויבאלד אז מ'איז צוגעקומען נאך א ידיעה בתורה קומט אים בדרך ממילא צו בכל עניניו, וויבאלד אז יעדער איד איז דאך פארבונדן מיט תורה, און פארבונדן אין אן אופן אז היא ”חיינו ואורך ימינו” דאס איז זיין גאנצער חיים און זיין גאנצע מציאות,

57כמבואר בארוכה די פרטי הדברים, ווי דאס איז ביז אין מעשה בפועל.

58וואס דערפאר איז אויך מוז דאך דאס אויסדריקן, ואדרבא דאס איז דער אבן הבוחם, אז דאס קומט אזוי ארויס דער שינוי במעשה בפועל, דערהערנדיק זעענדיק און דערהערנדיק אז ביי אים איז צוגעקומען א נייע הבנה אין תורה, א נייער ענין אין תורה שטעלט דאס איבער אים אינגאנצן.

59און ווי מ'זעט דאס אויך בפועל בהנוגע צו 'הבנה והשגה' בתורה, אז בשעת ס'קומט צו א ידיעה אין תורה איז ניט נאר ענינו אז אים איז צוגעקומען נאך א ידיעה, נאר מצד דערויף וואס ער האט נאך א ידיעה אין תורה איז דאס מוסיף 'הבנה והשגה' בכל שאר עניני התורה וואס ער האט געוואוסט ביזט דעמאלט, ובלשון חז.

60אז ”דברה תורה עניים במקום זה ועשירים במקום אחר” אז בשעת ער לערנט דעם 'מקום אחר' איז נוסף וואס אים קומט-צו די ידיעה פון דעם 'מקום אחר' קומט אים אויך צו עשירות אין דעם פריערדיקן ענין אין תורה וואס ער האט געלערנט, וואס דארט איז ביי אים געווען אין אן אופן פון עניים במקום זה.

61און ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, במילא איז ”אין צריך להאריך בזה”, אז בשעת ס'קומט-צו א הוספה אין ידיעות אין תורה, איז ניט נאר ס'קומט-צו נאך ידיעות, נאר דאס שטעלט אויך העכער די 'הבנה והשגה' כל עניני תורה וואס ער האט געוואוסט ביז דעמאלט.

62על דרך זה אויך איז בהנוגע צו ”דיבור ומעשה שלו”, אז דורך דערויף וואס אים קומט-צו א נייע ענין אין תורה, ווערט ער איבערגעשטעלט אינגאנצן, ביז אין ”מעשה הוא העיקר” אויך די מעשה בפועל.

63און אט דעמאלט, בשעת ער פירט דורך דעם עיקר האט ער שוין בדרך ממילא אויך דאס וואס בערך העיקר ווערט דאס אנגערופן ”בשם טפל אף” על פי וואס בפני עצמו איז דאס אויך א דבר גדול ונעלה, בדוגמא ווי גערעדט פריער כוונת המצוות און עשיית המצוות.

64און דאס קומט דערנאך אראפ פון די התוועדות וואס איז פארבונדן מיט דעם מאורע אין די ימים שלאחרי זה, וואס די פעולה פון א דבר חי, ובפרט פון אן אדם חי,

65און פון אן אן איש שכלי איז דאך, אז דאס וואס ער לערנט ביום מסויים איז ניט אז דערפון לערנט ער מערניט ווי אויף דעם טאג, נאר דערפון נעמט ער אויך א הוראה און א לימוד און אן אנווייזונג אויף די טעג שלאחרי זה,

66על דרך זה אויך בעניננו, אז פון דעם לימוד וואס מ'נעמט ארויס פון דעם סיפור המיאורע און איר התבוננות אין פרטי המיאורע, פון דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא ושולחן ערוך,

67מוז אראפקומען, ואדרבא דאס איז דער עיקר א החלטה בהנוגע למעשה בפועל, ומעשה הוא העיקר, אראפקומען ביום זה איז דאך ”מאי קא משמע לן” איז דאך זיכער אז בית רצון קומט דאס אראפ.

68דער ענין בזה איז דאך, ואדרבא איז מוז אראפקומען ”במשך כל השנה כולה” והשנים שלאחרי זה.

69און דאס איז ניט קיין סתירה, אז אין א יאר ארום איז נאכאמאל י' טס כסלו, און נאכאמאל היתוועדות וכו,' ווארום דאס רעדט זיך דאך וועגן תורה, וואס כאמור איז דאס חכמתו של הקב"ה, וואס אין לה סך, ארוכה מיני ארץ ורחבה מיני ים,

70איז אלעמאל, אט וויפל ער לערנט און וויפל ער פארשטייט און וויפל דאס פועל"ט ביי אים אויף מעשה בפועל איז נאך דא כמה וכמה ענינים וואס ער וועט קענען מוסיף זיין אין די ימים ושנים שלאחרי זה, ”להעלות בקודש”, ואדרבא, ווי אין אלע ענינים וואס זיי זיינען אין-סופיים,

71איז וויפל מ'האט ניט בפועל איז ניט נאר אז ס'בלייבט נאך וואס צו מוסיף זיין, נאר אט דאס וואס מ'איז מוסיף איז באין ערוך און אין סוף דערצו וואס ער האט שוין, ווארום אט דאס וואס ער האט איז דאס במדידה והגבלה,

72ווארום ער איז דאך א מדוד ומוגבל, אט דאס וואס ער דארף נאך דערגרייכן איז אין סוף, ווארום דאס איז תורתו של הקב"ה, און איז דאס נוסף וואס ער האט וואס צו מוסיף זיין, איז די הוספה ווייס ער אז דאס קען זיין אין אן אופן פון אין סוף.

73און מ'זאגט אים, אז פונקט ווי אלע ענינים וואס מ'דארף דינען דעם אויבערשטן איז דאך א תנאי עיקרי בזה, בלשון הכתוב 'עבדו את הוי' בשמחה' מ'זאל דאס טאן 'בשמחה ובטוב' לבב,

74ווי דער רמב"ם פסק'נט דאס אויך אפ אין סיום וחותם פון הלכות לולם, אז עבודת השם בשמחה איז א דבר הכרחי ”בכל עניני תורה” ומצוותי,' ביז אז ווי ער רופט דאס דארטן אן דאס איז אן עבודה גדולה, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז ס'איז ניטא קיין ארט אויף צו שרעקן זיך,

75היתכן אז ער גייט נעמען אויף זיך אזא עבודה מיט אזא מטרה, וואס שרעק איז דאך היפך פון שמחה, אדרבא, וויבאלד אז דער אויבערשטער, וואס ער איז דער קול יכול,

76האט אויף אים ארויפגעלייגט אזא ענין ושליחות איז א דבר ברור, אז וויבאלד אז אינו מבקש אלא לפי כוכם איז א זיכערע זאך, אז מקודם לזה האט ער אים געגעבן די כוחות אויף דורכפירן די שליחות, און דורכפירן איר בשלימותה, וואס אין דער שלימות איז אויך כולל אז דאס זאל זיין 'בשמחה ובטוב' לבב.

77און דאס ברענגט אויך, אז שמחה איז פורץ גדר, איז דאס אויך פורץ די גדרים פון זיין מדידה והגבלה, וואס דורך דערויף איז ער אויך פורץ דגדרים פון דעם גלות, און ס'ווערן פארברענט די לעצטע שיריים פון חומה, פון דעם בית האסורים, וואס דאס איז דער גלות א בית האסורים גדול.

78און מ'גייט ארויס אין אן אופן פון ביד רמה ”ואולך אתכם קוממיות” אין דעם חירות אמיתי, דורך גאולה האמיתית והשלימה, על ידי משיח צדקנו, וואס ווערט אויך אנגערופן בשם ”עלה הפורץ לפנינו” ווארום ער איז פורץ כל מדידות והגבלות, וקרוב ממש, במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions