עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vpqtb62w

kind
paragraph
order
ov
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
באם פארברענגען עד עתה, נאר ער אליין ווערט א פנים חדשות מכאן ולהבא פון אט דער רגע אין וועלכן ער דערמאנט זיך אויף די רייד פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, און די רייד פון זיין פאטער, וואס ער איז געווען ממלא-מקומו, בנוגע צו שמחת בית השואבה, און ווי זיי האבן באוויזן א דוגמא חי'בנוגע לפועל, ווי אזוי מ'זאל דאס טאן, און מ'האט אויך געהייסן דאס מפר זיין, כדי ס'זאל זיין מהם יראו וכן יעשו, וואס דערפון גופא איז א הוכחה, אז זיי האבן געגעבן דעם כח, אז אויב ס'וועט נאר זיין מהם יראו דער רצון, וואס ס'וועט זיין א זיכערע זאך אז בכן יעשו און ס'וועט זיין די עשי'בפועל, ובהשלחה רבה ומרובה. ועוד והוא העיקר, ס'וועט זיין די עשי'העיקרית, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און נשיא דורנו בראשנו, אז מ'וועט טאנצן תיכף ומיד ממש, בהמשך צו דערמיט זייענדיק איצטער דא, ובפרט אז מ'האט שוין דעם רוב פון ימי הסוכות, און אויך דער רוב, וויבאלד אז דאס איז שוין דער פינפצער טאג, האט מען שוין אויך דעם רוב צוזאמען נעמענדיק אין חשבון אויך דעם יום פון שמחת תורה, וועט מען דאס פראווען בנערינו ובזקנינו
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions