פסקה
פסקה rh-vndyqkmq
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-6sy56fsj
- order
- WT
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- סבר פנים יפות מוזט ער דאס גלייך אויס אין דעם בעסטן אופן בהנוגע צו זיך אליין און זיינע משפחה, און בהנוגע צו זיין גאנצע קהילה, און בהנוגע צום כלל ישראל, כולל אויך די אידן, ווי דערמאנט פריער, וואס זיי זיינען געקומען אין א מדינה חדשה, צי דאס איז יונייטעד סטעיטס אדער אויף סטרעליע אדער אין אנדערע ערטער, אין חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה די וואס געפינען זיך אין ארץ הקודש, זאלן זיי דארטן קענען איינארדענען בהרחבה אין זיך אליין און די אלע ארום זיך, ועוד ועיקר, סיי בהרחבה אין גשמיות און סיי בהרחבה ברוחניות, אז מ'זאל האבן א ברייטקייט אין קאפ און אין הארצן, אז מ'זאל קענען לערנען תורה און מקיים-זיין אירע מצוות מתוך הרחבה, אן קיינע דאגות און אן קיינע זאכן וואס זיי זיינען מבלבא, דערפאר וואס כל מלכתך עשוי,"' און מ'געפינט זיך, ווי דערמאנט פריער, אין חודש אדר, וואס דעמאלט זעט מען ווי אזוי מ'האט א שטארקן מזל און א געזונטן מזל, און ווי אזוי מ'דארף זיך גרייטן בקרוב ממש, אז אט אט קומט ראש-חודש ניסן, וואס דאס איז דאך דער שבת וואס קומט אין עטלעכע טעג ארום, איז דאך ראש-חודש ניסן דער ערשטער טאג פון חודש ניסן,
- proofread
- 0