פסקה
פסקה rh-vk8pfv6s
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-k3vzk2g7
- order
- Bv
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זוי צו די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט רוחניות וענינים של שכל, וואס יעדער איד געהערט זיך צו עם חכם ונבון, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס מיינט מען אויך מצד זיין טבע שלו, על דרך ווי ער דערציילט אין מדרשים, אז דאס וואס ס'איז געווען די הויפטשטאט פון ארץ ישראל, וואס דאס איז ירושלים, איז אפילו קליינע קינדער, ינוקי, האבן זיך אויסגעטיילט פון דער גאנצער וועלט, ניט נאר פון אנדערע ינוקי אין דער וועלט, פון אנדערע תינוקות וואס איז פון וועלט, נאר אפילו לגבי עלטערע מענטשן אין דער וועלט זיינען זיי געווען פליגער פון די עלטערע מענטשן אין דער גאנצער וועלט, דורך דערויף וואס זיי האבן זיך געהדעוועט אין ירושלים במיוחד, ו במילא אויך אין ארץ ישראל, וואס ירושלים איז געווען די עיר הבירה, די הויפטשטאט פון ארץ ישראל. און מ'זעט דאך אין אלע מדינות, ניט נאר דוקא אין א אידישער מדינה, איז דער עיר הבירה, די הויפטשטאט, ווייזט אן ווי אזוי ס'דארף זיך פירן די גאנצע מדינה, ובפרט אין ענינים
- proofread
- 0