transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1וואס לכאורה, ווי מ'האט גערעדט, אז יט' כסלו האט אין זיך דריי קביעות'ן, די איין זאך ווי דאס איז דער טאג אין יאר אז דאס איז ניינצן טאג אין כסלו, די צווייטע זאך ווי דאס איז אין וואך אז דאס איז דער יום ג' שהוכפל בו כי טוב, און די דריטע זאך ווי דאס איז אין דער סדרה וואס מ'לערנט דעמאלט בתורה.
¶2וואס אף על פי וואס דער עיקר אין דעם איז דער טאג אין יאר אז דאס איז יו טס כסלו, וואס דערפאר איז דאך בשעת ס'קומט אמאל אויס א קביעות אז יו טס כסלו איז ניט ביום ג' אדער ניט אין פרשה ויושב,
¶3איז פונדעסטוועגן פראווענט מען דאס ניט אין יום ג' ויושב, נאר אין יו טס בכסלו איז דאס בדוגמא ווי גערעדט פריער אז ס'איז דא ווי אין ראש-השנה בשבת אדער ווי ראש השנה בימות השבוע, ווי ”חמה בתקופתה” אדער ניט בתקופתה, אז אף על פי וואס דער עיקר איז דא מצד די ימות השנה,
¶4בשעת ס'איז אבער די זעלבע קביעות אין ימות השבוע און די זעלבע קביעות אין דער פרשת הסדרה איז דאס דעמאלט ”חמה בתקופתה” מיטן גאנצן שטורעם, ווי דער י' טס כסלו איז געווען בפעם הראשונה.
¶5וואס לכאורה איז על פי זה דארף מען פארשטיין צוויי זאכן ערשטן'ס, פארוואס דערמאנט דאס ניט דער אלטער רבי אין זיין אגרת הקודש?
¶6וויבאלד אז דער סדרה פון וואך האט אויך געהאט א השפעה, אמת טאקע דער עיקר איז געווען דער י'ט' כסלו, ס'האט אבער אויך צוגעטראגן אט דאס וואס ס'איז געווען ”יום ג' בשבוע” און ס'איז דאך אויך קיין ספק ניט אז ס'האט צוגעטראגן לויט די תקנה פון דעם אלטן רבי'ן אליין אט דאס וואס ס'איז געווען אין יום שלישי פון פרשה וישב,
¶7און אף על פי כן דערמאנט ער דאס ניט לכאורה אין זיין אגרת הקודש.
¶8נאך אן ענין וואס ס'איז נאך א גרעסערע קשיא, און די קשיא פארענטפערט די ערשטע קשיא, וואס אט דאס וואס י' טס כסלו האט אויפגעטאן, איז דער אלטער רבי, מ� דערפאר וואס דאס איז יום הילולא רבה פון דעם מגיד.
¶9אט דאס וואס דאס איז יום שלישי האט אויפגעטאן, איז ער מפרש אליין אין דער אגרת הקודש, דערפאר וואס ”הוכפל בו כי טוב”.
¶10לכאורה אבער אט דאס וואס דאס איז יום שלישי פון פרשה ויושב, וואס דאס איז פארבונדן אין פרשה ויושב מיט די פסוקים, מיט דעם סיפור פון פון שלישי ביז רביעי איז דארט איז פונקט דער היפך פון ענין הגאולה, ווארום דער תוכן מיט דעם וואס רעדט זיך פון שלישי ביז רביעי ווי אזוי מ'האט פארקויפט יוסף'ן אין מצרים,
¶11וואס דאס איז דאך דער היפך ענין פון גאולה.
¶12איז דאך לכאורה ניט נאר אז דאס איז ניט קיין מסייע צו דעם ענין הגאולה, נאר דאס איז פונקטס ווי לכאורה פארקערט דער ענין פון גאולה, איז דא איז דאס די מכירה וואס יוסף איז פארקויף געווארן פון ארץ ישראל מבית אביו, און גונף ”גונפתי מארץ האברים”, און מ'האט אים אראפגעבראכט אין מצרים אלס אן אבד.
¶13וועט מען דאס פארשטיין בהקדום אט דאס וואס דער רבי דער נשיא האט אמאל גערעדט אנטקעגן די אידן פון אמעריקע.
¶14וואס בכלל זעט מען דאך, אז בשעת אין עמליקע יארן אז מ'איז געפארן פון אייראפע אין אמעריקע האט מען דאך געקוקט אויף דעם אז דאס פארט מען אוועק אין א פינה ניט דחת,
¶15און דערפאר איז געווען געוואינעריי און מ'האט ניט געוואלט פארן וכו' וכו.'
¶16וכידוע די סיפורים פון אט די אלע וואס זיינען אהערצו אנגעקומען ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גרויסע אמיגראציע פון אייראפע אין אמעריקע האט מען דאך דעמאלט געקוקט אויף דעם, אז ניט מ'פארט אין אן ארט וואס איז אלץ מיט אלע מעלות, ברוחניות ובגשמיות, נאר מ'האט געקוקט אויף דעם, אז אזוי ווי מ'האט קיין ברירה ניט, מ'דארף פון דארט אנטלויפן,
¶17אשר לכם פארט מען דעמאלט אין אמעריקע.
¶18וואס דערפאר איז דאך דער פאטער און די מוטער האבן דאך געטאן כל ההשתדלות אויף ניט לאזן אז די קינדער זאלן פארן אין אמערקיע.
¶19וכידוע די סיפורים, ווי יעדערער ווייס דאך, אט די וואס זיינען אהערצו אנגעקומען זייערע משפחות, כידור ס'איז געווען דער בלבול בכל העולם, איידער מ'איז נתבלבל געווארן מיט די מלחמות האט מען דעמאלט געקוקט אויף דעם אוועקפארן ”מארצך וממולדתך ומבית אביך” פון דער אלטער שטעטל ווי אויף אן ענין וואס מ'האט נהבך קיין ברירה ניט,
¶20דערפאר ווערט מען פארוואגלט אין א לאנד אין וועלכע ס'איז נאך ניטא קיין גרויסע ישיבות און ניטא קיין גרויסע גיונים און ניטא קיין גרויסע לומדים וכו' וכו.'
¶21וואס אזוי איז דאך געווען דער קוק אין דער צייט ווען אין אמעריקע איז נתייסד געווארן דער ישוב היהודי, דער גרויסער אידישער ישוב, וואס דאס איז דאך געווען אין די לעצטע צען פופצן יאר פאר דער ערשטער מלחמה, וואס פאר דעם איז דאך געווען מערניט ווי זייער א קליינע צאל,
¶22און נאך דעם איז דאך געווען, בפרט נאך דער צווייטער מלחמה, איז דאך געווען דעמאלט ווען ס'איז דארט אינגאנצן געווען די גזירות ושמדות רחמנא ליצלן, וואס איז דעמאלט געווען ניט קיין סדר הרגיל.
¶23האט מען דאך דערנאך דעמאלט געזאגט, אז ”למחי' שלחני לפניכם” על דרך ווי מ'האט געזאגט, יוסף האט געזאגט, אז אתם חשבתם און אבער שלחני אלקים לפלוטה און כדי ס'זאל ארויסקומען א ישועה לעם רב, און ווי ער זאגט, אז דאס איז געווען למחי'.
¶24וואס דערפאר האט מען דאך געזען, אז אויך אין די צייטן פון נאך דער עטשטער מלחמה האט אמעריקע ארויסגעהאלפן אויף אויפבויען צוריק די מוסדות אין מעבר לים און ארויסהעלפן אין די שנות הרב.
¶25ועאכו' כמה בשעת ”יעקב ובניו ירדו מצרימה”, נאך דער צווייטער מלחמה איז דא געווען צוגעגרייט דער מוטב ארץ גושן, מוטב ארץ מצרים וואס דאס איז ארץ גושן, מ'זאל קענען אהערצו איבערפלאנצן די ישיבות, די ”בתי כנסיות ובתי מדרשות”, בשעת מעבר לים איז ניט געווען קיין ארט אויף דעם.
¶26מ'דארף דאס אבער ניט פארגעסן, אז ווען קען דאס זיין אין אזא אופן בשעת מ'פארגעסט ניט אז דאס איז אין אן אופן וואס מ'נעמט צו מארצך וממולדך ומבית אביך און מ'שיקט אוועק אין אן ארץ עבדו.
¶27דאס הייסט, בשעת מ'האט בא זיך איינגעקריצט אין זכרון, וואס דאס זעט מען דאך אויך בטבע אפילו בא די וואס זיי זיינען שוין דא געבארענע, על אחת כמה וכמה בא די געקומענע אז זיי האבן בא זיך א בענקשאפט ווי ס'האט אויסגעזען אין ארצך וממולדתך, ווי ס'האט אויסגעזען מעבר לים, איידער ער איז פון דארט אוועקגעפארן,
¶28און ער דערמאנט זיך מיט א בענקשאפט און מיט א ליפשאפט ווי ס'האט דארטן אויסגעזען דער בית הכנסת און דער בית המדרש און דער חדר, כאטש אפילו דער בית הכנסת מיטן בית המדרש מיטן חדר צוזאמען האבן געקאסט ווייניקער און געהאט ווייניקער פלארס און סטארס וויפל ס'האט אט דא איין און איינציקער בילדינג וואס האט אין זיך מערניט ווי איינע פון די זאכן.
¶29און דאס איז דאך ניט א בענקשאפט צו א זאך וואס האט ניט קיין יסוד אין אמת, אדרבא, אט דאס איז דער אמת'ער געפיל פון א אידן, וואס אים איז נוגע די פנימיות די הארציקייט און די אינעווייניקסטע פון די ענינים פון זיין לעבן, און אט דאס וואס ס'געפינט זיך מבחוץ די אויסווייניקסטע זייט דערפון איז דאס דינט אלס א סיוע,
¶30אלס א הילף, אז מ'זאל קענען אויפבויען דאס אינעווייניקסטע און די עיקר'דיקע מיט דער פנימיות אין דעם בעסטן און גרעסטן און טיפסטן אופן ווי דאס דארף אויפגעבויט ווערן, דעם גרעסטן אופן ברוחניות.
¶31אבער די התחלה איז, ווי אזוי קען זיין, אז כאטש אפילו ”נשני אלקים מכל עמליק”, אז בשעת יוסף איז געווארן אט דער וואס האט פארוואלטעט מיט די רייכקייט פון ארץ מצרים, ביז וואנענט אז ער האט געזאגט אז ער האט פארגעסן אויף דער הארעוואניע וואס ער האט געדארפט הארעווען אויף צוקומען דערצו,
¶32האט ער אבער פארגעסן מערניט ווי את ”עמלי ואת בית” אבי ער האט אבער ניט פארגעסן אז בשעת ער דארף דארט האבן א בית המדרש, אן ארט אויף צו לערנען, און וועמען מאכט ער פאר א לערנען און וועמען שיקט ער אהינצו צו לערנען?
¶33ניט דעם שכן'ס אזון נאר זיין אייגענע קינדער, אפרים ומנשה.
¶34און דער מלמד איז אזא וואס ער איז בדיוקנו של יעקב אבינו, ווי ס'האט אויסגעזען זיין אלטער טאטע מיט דער גרויסער ווייסער בריא.
¶35און אט דעמאלט איז כאטש אפילו ער שטייט אין א מעמד ומצב, אז ”נשענ אלקים את המליב ואת בית אבי” וואס פארגעסט ער?
¶36פארגעסט ער די חיצוני'דיקע זייט פון דער הארעוואניע און די חיצוני'דיקע זייט פון בית אבי.
¶37ער געדענקט אבער, און ניט נאר ער געדענקט און פארשרייבט דאס בא זיך אין א ביכעלע, און פון איין מאל א יאר מאכט ער א מעמאריאל, אז ס'איז אמאל געווען א זאך אין א קליינער שטעטל מעבר לים, נאר אין דעם ארט וואו ער געפינט זיך, אין דער זעלבער שטאט און אין דער זעלבער הויז, מאכט ער דארטן א ישיבה מיט א שול.
¶38און זעט אז זיינע אייגענע קינדער זאלן אהינצו גיין דאווענען און לערנען, און ער באווארנט, אז מיט וועמען וועלן זיי לערנען און מיט וועמען וועלן זיי דאווענען?
¶39מיט אזא וואס ער איז יעקב אבינו, ווי ס'איז געווען יעקב אבינו זיין פאטער אין ארץ ישראל.
¶40און אט דעמאלט ווערט אט די פרשה פון שלישי ביז רביעי פון פרשה ליושר.
¶41וואס דארטן רעדט זיך, אז מ'האט פארקויפט, צוגענומען יוסף'ן פון ארץ ישראל, און מ'האט אים אוועקגעפירט און פארקויפט און אפגעריסן פון זיין אלטן טאטן מיט דער גאנצער משפחה,
¶42און מ'האט אים אוועקגעפירט אין אן ”ארץ מצרים מבית עבדים” איז דאס מערניט ווי א הכנה, אז ס'זאל זיין לפלוטה ו”להחיות עם רב” דער ”למיחי ישלוחני עליכם”.
¶43און אט דערפאר איז בשעת יעקב איז געקומען צוגיין אין מצרים, און האט געזען ווי יוסף זעט אויס נאכדעם ווי ער איז שוין אזויפיל יאר משנה למלך אין מצרים,
¶44און משנה למלך אין מצרים, און אין אן אופן אז לא ירים עיד את ”איש את ידו ואת רגלו” אז ער קען אנפירן מיט דער גאנצער לאנד, האט ער אבער גלייך דערזען אז יוסף קען טאן אט די ארבעט וואס יעקב דארף טאן, און יעקב דארף מען שוין ניט טאן אליין די ארבעט.
¶45וואס דערפאר האט ער געזאגט, אז בשעת ער זעט יוסף'ן ווי ער איז איז אט דעמאלט עמותו הפעם ער קען זיך שוין פארלאזן אויף אים, ס'איז ניט נוגע אז ער מוז נאך זיין אין דער ישיבה און ער מוז זיין אין דער בית הכנסת, אין דער שול, ער קען זיך פארלאזן אויף זיין זון, אז דער זון וועט דאס פירן אלע הונדערט פראצענט ווי יעקב וואלט דאס געפירן.
¶46וואס דערמיט איז פארשטאנדיק, מ'האט דאך אנגעזאגט יעקב'ן אז יוסף לב ויעקב איז נאך געווען אין ארץ ישראל.
¶47וואס איז אים צוגעקומען? אז בשעת ער זאגט אז רעיתי בשעת ער דערזעט יוסף'ן אט דעמאלט זאגט ער אז מוסא הפעם, אויב דאס איז מצד דערויף וואס ער ווייס אז יוסף חי דאס האט ער געוואוסט נאך זייענדיק אין ארץ-ישראל.
¶48אבער כל זמן מ'זעט ניט ווי אמעריקע ווי מצרים האט געווירקט אויף יוסף'ן האט נאך יעקב ניט געקענט פארלאזן זיך, ער האט ניט געוואוסט, קען זיין מ'מוז אים נאך האבן, אז ער זאל אליין שטיין אין ישיבה, און ער זאל אליין שטיין אין בית הכנסת, און ער זאל אליין שטיין אין בית ית
¶49ביז אין דער קהילה, ווארום ער דארף זען אז ס'זאל זיך פירן ווי א אידישער מוסד דארף זיך פירן, און מפי השמוע וואס מ'גיט אים אפ א גוטן גריס, אז דער זון זיינער קען אנפירן מיט א געשעפט וואס ער האט אזויפיל און אזויפיל מיליאנען דאלארס און אזויפיל און אזויפיל פלארס, און ”לא ירים איש את ידו ואת רגלו”, אן זיין רשיון,
¶50קען ער נאך ניט וויסן צי ס'קען זיין ווי יוסף חי, צי ער לעבט ווי יעקב לעבט, און ווי יעקב וויל אז יוסף זאל לעבן.
¶51בשעת ער איז געקומען איר מצרים, און האט דארט א קו געטאן אז יוסף באגעגנט אים מיטן גאנצן פארד פון א משנה למלך, און אט דעמאלט איז ”ויפל על צווירא” ויפק אז יוסף וואינט אויף די צווארים, ווי רש"י טייטשט אפ,
¶52אז יוסף איז מנוגע ניט מצרים און ניט משנה למלך און קיינע ענינים ניט, ער אים איז נוגע וואס וועט זיך טאן מיט א אידישן בית-המקדש אין הונדערטער יארן שפעטער, און דאס איז אים נוגע אויף אזא וועג,
¶53אין אזא טיפקייט, אז ער הויבט אן וואינען דערמאנענדיק זיך, אז אין הונדערטער יארן נאכדעם וועט חרב ווערן א אידישער בית המקדש, אט דא האט יעקב דערזען אז ס'קען זיין נמותו הפעם אז יוסף איז לעבעדיק ווי יוסף דארף לעבן.
¶54און אט דעמאלט איז ווייזט זיך ארויס, אז דאס וואס מ'האט געבראכט יוסף'ן פון מצרים, פון ארץ ישראל אין מצרים, איז דאס ניט א ענין של גלות, בגלוי האט מען אים פארקויפט לבית עבדים, וואס איז דאס אבער געווען אין פועל?
¶55דאס איז געווען אין פועל אויף אויפשטעלן ”אין מצרים, להורות לפניו” גושנה אז בשעת ס'ווערט א רעה אין 'ארץ כנען', זאלן אידן האבן אן ארט וואו צו קומען צוגיין און לעבן ניט נאר בגשמיות, נאר אויפשטעלן דארטן דער ”בית הוראה ובית” מדרש אין אן אופן ווי יעקב האט דאס געהאט, ובניו ובני ביתו, אין ארץ ישראל.
¶56וואס אט דאס איז די אפלערנונג וואס מ'לערנט-אפ פון פרשה שלישי ביז רביעי פון וישר, אז אזוי ווי ס'איז דאך בא יעדער אידן קומט אראפ די נשמה מתחת כסא הכבוד 'לבירא עמיקתא' אין א גוף אין 'נפש הבהמית',
¶57דערנאך איז נאך דא א גלות בתוך גלות, אז מ'נעמט-צו א אידן פון זיין חדר און פון ישיבה און פון בית הכנסת, און מ'ווארפט אים אריין דערנאך אין ארץ על הזו הגשמיות ער זאל זיך פארנעמען מיט ענינים פון וועלט, שרייט דעמאלט די נשמה וואס וויל מען פון איר זי וויל זיצן און לערנען, זי וויל מקיים זיין מצוות,
¶58אט דעמאלט, בשעת די נשמה שרייט אזוי, און דער גוף דערהערט דעם גשריי אט דעמאלט ווערט דאס ניט א פרשה פון גלות ומכירת יוסף למצרים אין אן אופן פון ”ירוד ירדנו” נאר ס'ווערט דער היפך, ס'ווערט דער ”להחיות עם רב”, דער ”למיחי ישלחני לפניכם”, דער ענין פון לפלוטה.
¶59און ווי אזוי איז די באווארעניש, אז בשעת מ'זעט אז מ'דערציילט אים, אז ס'איז דא אין אן ארט וואס איך ווייס וויפל מייל פון אים, און ס'איז דא אין אן ארט וואס ס'איז ווייט פון אים איך ווייס וויפל יארן,
¶60נאר דעמאלט וועט חרב ווערן א בית-המקדש פארקוועטשט אים די הארץ, און ניט קוקנדיק וואס ער איז משנה למלך און שטייט מיטן גאנצן פארד און מיט דער גאנצער רחבת איז ואיפה ואל תבריו ואיף הויבט ער אן וויינען אין פועל ממש מיט רעדן.
¶61און אט דאס איז געווען דער חיזוק וואס איז געווען אין דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דער אלטער רבי האט דאך געקענט זיצן און לערנען פאר-זיך, און ניט זיין פארנומען מיט צרת עמי בני ישראל.
¶62און ווי דער רבי דער נשיא דערציילט דאך אין די חיבורת הידועה פארבונדן מיט י' טעס כסלו, אז ס'איז געווען א מסירות-נפש וואס דער אלטער רבי האט זיך אפגעריסן פון די עבודת התפילה בדביקות פון ”ועמך לא חפצתי בארץ” כדי צו טאן א טובה א אידן בגשמיות.
¶63און ער האט געקענט טאן ביידע זאכן צוזאמען, ווי גערעדט פריער, ער האט געדארפט הייסטאן דעם תלת און לאזן דעם תלת אין שול און אוועקגיין אין עק שטעטל.
¶64און ער האט דאס געטאן ניט אין א גענויטן אופן און ניט אין אן ענין פון עצוות, נאר האט דאס געטאן 'בשמחה ובטוב' לבב, ווי גערעדט פריער, אז גמילות חסדים דארף זיין אין אן אופן וואס ברענגט תחוה ושלום.
¶65און ווי אזוי דערקענט מען דאס?
¶66דערקענט מען דאס, אז בשעת מ'דערציילט אים פון א צרה פון א צווייטן אידן, כאטש דאס איז ווייט טויזנט יאר פון אים, איז אט דעמאלט איז ויאב אויף וואס וויינט ער אויף צבריו?
¶67אויף די שבעטים מקדשות וואס זיי וועלן חרוב ווערן אין טויזנט יאר ארום.
¶68וואס אט דעמאלט קומט ארויס דער חיזוק הכי גדול אין דער גאולה, ווי ס'איז געווען על ד וואס אין אן אופן וואס דעמאלט וועט זיין דער יפוצו מעיינותיך, וואס אט דעמאלט איז דאך ווי כידוע די שיחה הידועה בנוגע צו רוחניות הענינים, אז מ'דארף אראפלאזן רזין דרזין דאורייתא אין אן אופן פון 'הבנה והשגה' אז דער נפש הבהרמי זאל דאס פארשטיין,
¶69וואס דאס איז דאך א ירידה ”מאיגרא רמה לבירא עמיקתא”.
¶70וואס דערפאר ווערט דאך דאס אויך אנגערופן אן ענין פון א העלם והס נאר וואס דען דאס איז א 'העלם והסתר' פון קדושה, אבער דאס איז דאך ניט דער אור ווי ער שטייט בגלוי ווי ער איז געווען פאר פעטערברג, וכידוע די שיחה בזה.
¶71ביז וואנענט אז מ'גיט דאך דאס ארויס אין ענינים וואס זיי קען מען איבערגעבן אין אידיש, און אין ענגליש, און די שבעים לשון פון שבעים אומות, אז אפילו אט די וואס קענען ניט קיין שעטל אידיש זאלן אויך קענען פארשטיין רזין דרזין דאורייתא.
¶72נאר וואס דען? דאס איז ניט אן ענין וואס ”ויוסף הורד מצרים"”, האט צוליב דער איד אליין דאס איז דער ”להחיות עם רב”, ניט נאר מאכן לעבעדיקע יחידי סגולה אט די וואס זיי זיינען שייך צו דעם אור בתקפו,
¶73ווי ער איז אין רזין דרזין דאורייתא, נאר אפילו אט די וואס זיי זיינען רב פון דעם וואס האט געזאגט יש לו רב זיי זיינען אבער מבני ישראל, ביז וואנענט אז דאס קומט דערנאך אזוי אראפ אויך אין גשמיות הענינים,
¶74אז אפילו אט די וואס זיינען געקומען אהערצו מפני סיבות מסיבות וואס זיינען געקומען אין א צייט וואס ס'איז נאך געווען מצרים אן שולן און אן ישיבות וכו' וכו האבן זיי אבער די קינדער, די מנת שו אפרים שלהם,
¶75און דעמאלט איז ליגט אויף זיי דער ענין פון ”להחיות עם רב” אויף אויפשטעלן ”בתי כנסיות ובתי מדרתו שבבבל” אין אזא אופן ווי יעקב אבינו וויל, און מיט אזעלכע מלמדים ווי יעקב אבינו איז א מלמד.
¶76און אט דעמאלט פירט זיך אויס די כוונה פון די ויותב הורד מצלימו אז די פרשה ווערט ניט קיין פרשה של גלות ומכירה, נאר ס'ווערט א פרשה פון גאולה גדולה ביותר, ביז וואנענט אז ס'ווערט יפוסו מעיינותיך חוצה ברוחניות.
¶77און ס'ווערט אויך דער ענין אין גשמיות, אז מ'נעמט פון דעם כסף וזהב פון די ענינים וואס מ'קען דאס האבן דא ביד רחבה, און מ'בויט דערפון אויף א דירה לו יתברך,
¶78בדוגמא ווי ס'איז געווען דער ענין פון משכן וואס מ'האט גענומען זהב וכסף און חושת און בשעת מ'האט דאס געגעבן 'נדיב לבו' פון דער טיפקייט פון א אידישן הארצן,
¶79איז אט דעמאלט זאגט דער אויבערשטער ושכנתי בשוכם אז ער פארלאזט די אלע הימלן און קומט זיך באזעצן אין דעם משכן וואס אידן בויען אים אויף דורך זייער-הארציקע נתינות פון 'זהב וכסף ונחושת' אט אזוי איז אויך דער ”מעשה אבות אמו לבנים” אז דורך דעם כח וואס רבותינו נשיאינו האבן אונז געגעבן,
¶80איז ווערט דער ענין פון ”פדה בשלום” אז מ'מאכט-אויף דורך דעם ענין פון גמילות חסדים אז ס'זאל זיין אן ארט וואו ס'זאל זיין דער ”עוסק בתורה”, און ס'זאל זיין אן ארט וואו ס'זאל זיין דער מתפללין הציבור, און די ביידע ענינים זאל זיין אין אן אופן אז ניט אז דער אויבערשטער געפינט זיך דארט אין גלות, און ווען זעט מען אן די בילדינג אז דאס איז א בילדינג וואס קאסט א מיליאן דאלאר,
¶81און ניט אז אידן געפינען זיך דארט אין גלות, נאר ווען זעט מען אן אמעריקע נאר דאס ווערט געבויט אין אן אופן אז ”פדעני לי ולבניי” אז זען זעט מען דארט אן ג-טלעכקייט, און זען זעט מען דארט דעם אויבערשטן, און זען זעט מען דארט א אידן ווי א איד האט אויסגעזען מיט הונדערט יאר צוריק און מיט טויזנט יאר צוריק, ביז ווי א איד האט אויסגעזען אין די צייטן פון יעקב אבינו,
¶82און בשעת ס'איז דא דער ענין פון די בנינים וואס מ'בויט דורך גמילות חסדים, פאר תורה און תפילה, אין אן אופן פון פון ”פדעני לי ולבני מבין אומות העולם” אט דעמאלט ברענגט דאס אראפ א תוספת ברכה והצלחה,
¶83אז דער אויבערשטער גיט אים דעם אשר בשביל שתתאשר, אז על דרך ווי ס'איז געווען דעמאלט בא יוסף'ן, אז ער איז געווארן דער ”מושל בכל ארץ מצרים”, און מתוך שמחה וטוב לבב איז ער מוסיף אין דעם ענין פון גמילות חסדים פארן צווייטן, און הויבט אן אויך קובע עיתים זיין פאר זיך אליין אויך, אויף לערנען תורה, און אויך מתפלל אים הציבור,
¶84ניט פארגעסן אז ער דארף דאוונען בציבור, ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס ער איז ”מושל בכל ארץ מצרים”, און ער טוט דאס מתוך שמחה וטוב לבב, און אין אן אופן פון מוסיף והולך, מוסיף ואור.