transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1בא די הגה, ניט בא די אורחים, איז דאך דער סדר פון ”ויעקב הלך לדרכו” האט זיך דאך געדארפט אנהויבן גלייך נאך 'שמחת תורה'.
¶2בא די וואס זיינען דא אורחים און זיינען מלכתחילה געקומען צוליב ענינו יום טוב, איז דאס על דרך ווי מ'האט גערעדט אין ”שמחת בית השואבה”, אז לויט טעמנו טעם שינוי און ער ברענגט דערנאך ער רעכנט אין דערויף אויך אריין די שעות פון ”אכילה ושתי והליכה לבית הכנסת ולבית המדרש” אז דאס גייט אויך אריין אין ”שמחת בית השואבה”,
¶3ווארום וויבאלד אז ער שטייט אין אזא מין תנועה איז דעמאלט כל עניניו, איז די ענינים פון ”שמחת בית השואבה” אפילו די אכילה ושתי וואס לכאורה איז דאס ווי בדוגמא דו כל השנה כולה.
¶4וואס דאס איז דאך ווי גערעדט פריער אט דאס וואס די גמרא זאגט בהנוגע צו הלכה אין נגלה, אז קדושת יום הכיפורים איז דאך אהני ניט נאר צו די קרבנות יום הכיפורים, נאר אויך צו די קרבנות, צו מוספים אדער צו תמידים וואס זיי זיינען ”ביום הכיפורים, אף על פי” וואס לכאורה איז דאך דאס דער זעלבן קרבן וואס איז דא בכל השנה כולה.
¶5וואס על דרך זה אויך קומט דאך דערנאך אראפ פון עניני מקדש קומט דאך דערנאך אראפ אין עניני עולם, איז בשעת מ'שטייט אין א תנועה פון ”שמחת בית השואבה” כדבעי,
¶6איז דעמאלט וועל כל עניני יום זה זיינען אין ”שמחת בית השואבה”, וואס על דרך זה אויך, בשעת מ'פארט אין א נשיאה לאיזה ענין שיהי' איז כל הפרטים שבנשיאה זו זיינען זיי דורכגענומען מיט דער נקודה התיכונה צוליב וואס די נשיא איז געווען.
¶7וואס וואס דערפון איז דאך אויך מובן, אז בשעת ס'איז דא א נשיאה וואס זי איז צוליב א יום טוב אדער צוליב בדוגמת זה, איז אפילו די ימים שלפני זה ולימים שלאחרי זה שטייען זיי שוין אין דעם אופן פון יום טוב, על דרך ווי די אכילה ושתי' פון די ימי בית השואבות זיינען געשטאנען אין דער שמחה וואס איז געווען ”בשעת שיבת המים” בששון.
¶8ובפרט נאך אז ווי מ'זעט דאך במוחש, אז בשעת מ'איז אן אורח שלא במקומו איז קומט מען נאך ניט צו סדר החיים מסודרים של כל ימות השנה ביז וואנענט מ'קומט צוריק למקומו, און אט דארטן שטעלט מען זיך צוריק אריין בסדר הרגיל.
¶9וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז די אורחים די נשיאים איז בא זיי הויבט זיך אן דער ”ויעקב הלוך לדרכו” ערשט ווען מ'זעט זיך אריין אין דער נשיאה און בעיקר דעמאלט ווען ס'ענדיקט זיך די נשיאה איז מ'קומט כל אחד ואחד לביתו.
¶10וואס דאך דערפאר איז דאך דער ענין וואס ס'האט זיך גערעדט ווי ”יעקב הלוך לדרכו” איז בעצם איז דאך דאס שייך בכל אחד ואחד ובכל יום ויום, לאחרי דערויף ווען ער האלט נאך אין בית הכנסת, אין תפילת הבוקר, און דערנאך איז ער מקיים ווי דער פסק-דין אין שולחן ערוך אז ”ילך מבית הכנסת לבית המדרש” דער לימוד פון שיעור תורה לאחרי התפילה איז דאס נאך אלץ האלט ער דעמאלט אין 'שמחת תורה',
¶11ובכל יום ויום איז בא אים דא דער ”ויעקב הלוך לדרכו” וואס לאחרי די קביעות עיתים בתורה לאחרי התפילה דערנאך איז ער זיך עוסק בדרך ארץ, וואס דאס איז דער ”ויעקב הלוך לדרכו” שבכל יום פרטי.
¶12וואס אזוי איז דאס אין כללות השנה, ווערט דאס נאך 'שמחת תורה', נאך הבדלה, דער ”ויעקב הלוך לדרכו” הכללי פון די הליכה הכללית פון כל השנה כולה.
¶13און על דרך זה אויך אט די וואס זיינען שלא במקומו, און פארוואס זיינען זיי שלא במקומו?
¶14מהגשמי. דערפאר וואס מצד אן ענין וואס איז פארבונדן מיט ראש השנה, וואס גילוי פון ראש השנה קומט דערנאך אראפ אין 'שמחות תורה', הויבט זיך אן דער ”ויעקב הלך לדרכו” בשעת מ'קומט צוריק למקומו.
¶15וואס אט אזוי ווי דעמאלט, ובשעת דער ענין פון ”ויעקב הלך לדרכו” מיט סודה לדרך, די שמחת התורה, אין אן אופן ווי דאס איז, וואס זי איז פורץ כל הגדרים, נעמט מען דאס מיט אין דעם דרך,
¶16אט זוי איז אויך פארשטאנדיק, אז אט די וואס בא זיי הויבט זיך אן דער ”ויעקב הלך לדרכו” מיט א פאר טעג שפעטער, איז דאס אבער אויך דער תנאי בדבר, אז מ'נעמט מיט אט די שמחה פון דער ענין פון שמחת התורה, וואס זי איז פורץ כל הגדרים, בשעת בא זיי וועט זיך אנהויבן די הליכה לדרכם בכל אחד ואחד בעניני הכללי ובכל אחד ואחד בעניני הפרטי.
¶17און אזוי ווי בשעת מ'קומט ארויס פון 'שמחת תורה' איז דאך דעמאלט דא מ'פאלט ניט גלייך אריין אין וואך, ס'איז דא דער ענין הממוצע בינתיים, דער ענין פון 'אסרו חג' איז אט אזוי איז אויך אט די בא וועמען ס'הויבט זיך אן דער שפעטער דער ”ויעקב הלך לדרכו” וועט זיכער דער אויבערשטער געבן אז ס'זאל זיין אין אזא אופן,
¶18אז ס'זאל זיין באמצע דער ענין פון ”אסרו חג באבותים עד כרנס המזבח”, און דערנאך דאס ממשיך זיין, על דרך ווי דער ענין פון 'אסרו חג' אויף להרבות באכילה אין א סעודה אין אכילה וואס דאס איז דאך א ענין גשמי כפשוטו, אז דאס זאל אויך זיין ניכר די שמחה מיט דער ענין היום טוב אויך אין ענינים גשמיים.
¶19און וכאמור לפני זה, אז אזוי ווי בשעת מ'זעגנט זיך ביחיד עם כל אחד ואחד איז דאס איין זאך, דערנאך אז דאס ווערט געטאן ברבים איז דאך דא אין דערויף ניט נאר דער צירוף כל הפרטים נאר ס'איז דא אין דערויף אט דאס וואס א כלל פארמאגט אין זיך וואס פרטים האבן דאס ניט אין זיך, אפילו ס'זאל זיין כמה פרטים, קומט דאס נאך אלץ ניט ווי דאס ווערט פון זיי א צירוף,
¶20וואס דאס איז דאך דער ענין וואס ער זאגט אין שער היחוד והאמונה, דער ”אור העולה על כולנה”, אט אזוי איז אויך, דער תכלית פון געזעגענען זיך איז דאך ווי ער זאגט אין מאמר, כדי ס'זאל זיין דער ענין וואס יח
¶21ובינתיים זאל אויך זיין דער ענין פון זכרהו און ווי גערעדט, אז דאס איז ניט נאר א זכרן חיצוני, נאר א זכרן בפנימיות, און די זכרן בפנימיות איז אין אזא אופן, אז ער איז מבטל כל המניעות וואס זיי זיינען היפך הזכרן, אפילו פון ענינים חיצוניים אויך, אט אזוי זאל דאס אויך זיין בכל פרטים אלו.
¶22און מ'זאל מקויים ווערן אט דאס וואס ער זאגט אין מאמר דער ענין פון יחזר וישראל.
¶23ווי ער איז מסיים אין סוף המאמר, אז דאס איז אויך וואס אמר ר' שמעון בן יוחאי אויף עמד ”וימודי דארץ רעו ויתר גויים” אז מדד הקב"ה ”כל האומות שבעולם” ולימצע ומראוי לקבל תורה אלא ישראל און דערנאך ברענגט ער אין מדרש, דאס האט ער ניט געבראכט אין מאמר,
¶24אבער ווי ער זאגט אויף דערויף וכו' זאגט ער אין מדרש, אז מדד הקב"ה ”כל הארצות ולמצא ארץ” ראוי לי נתן לישראל אלא ארץ ישראל און איז מסיים, אז למדד כל הירוץ למצא עיר ראוי' לא ביום בית המקדש אלא ירושלים.
¶25אט אזוי זאל אויך זיין ביחוץ אט די וואס פארן ”אין ארצנו הקדושה”, אז מ'זאל זען בגלוי דער ”מדד הקב"ה כל הארצות למצא ארץ ראוי לי נתן לישראל אלא ארץ ישראל” פארוואס איז דאס?
¶26דערפאר וואס דאס איז ”ארץ אשר” אני ”הוי' אלקיך בה מרשת השנה ועד אחרית שנה”, וואס דארטן דארף זיין יעדער ענין קדוש מיט א קדושה, נאך מיט מער קדושה ווי ס'דארף זיין קדוש אלע ענינים פון א אידן אין חוץ לארץ, זאל מען דאס זען 'בעיני בשר', ביז וואנענט אז מ'זאל דאס קענען מעסטן במדידת בשר, און זאל זיך אנזען אין א מדידה גשמית אויך,
¶27אז דאס איז ”ארץ אשר” ”עיני הוי' אלקיך בה מרשת השנה ועד אחרית שנה”, וכאמור זה כמה פעמים, אז דאס איז דער תפקיד און שליחות פון כפר חב"ד, אז מ'זאל פועל'ן ניט נאר כל אחד ואחד בעניני הפרטי,
¶28און ניט נאר כל אחד ואחד אין ענינים פון כפר חב"ד, נאר ממנו יפוצו מעיינות פון 'פנימיות התורה', וואס דורך דערויף ברענגט מען דאך דערנאך אויך פון די 'פנימיות התורה' איז דאך תכלית הכוונה זאל אראפ אין מעשה בפועל אין הנהגה יום יומית, מתאים לוראות תורתינו תורת חיים,
¶29אז מ'זאל פועל זיין א חיזוק און הוספה ווי שלימות אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' בכל הארץ, וואס דעמאלט וועט מקויים ווערן בפועל דער תנתן לארץ ישראל און ס'וועט אויך זיין דער סיום הכתוב, דער סיום הדרוש, וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן אויך פון ר' שמעון בן יוחאי,
¶30וואס אויף אים האט דאך געזאגט דער אלטער רבי אין במאמר הידוע, אז דאס איז פון די פאר וועמען ס'איז דער חורבן ניט געווען, האט ער געזאגט אז למצא עיר 'לא רואי'' לא יבנות בית המקדש אלא ירושלים אז ס'זאל זיין דער בנין בית המקדש בקרוב ממש, ע'י משיח צדקנו, ו”למטה מעשרה טפחים”.
¶31לחיים. לחיים.