עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vf3vgec9

kind
paragraph
order
9X
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
יעדער הנהגה און אין יעדער מחשבה, דיבור ומעשה פון א אידן ווערט דאס אין אן אופן של עיקר. און אין אן אופן ווי מ'לערנט דאס אפ פון ימי הספירה, וואס ספירה איז דאך א מצוה וואס דאס איז מידי יום ביום, אין ימי הספירה, איז דאס יעדער טאג נאכאמאל מיט א ברכה חדשה, וואס ברכה איז דאך ממשיך די כל הענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין דעם, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון דעם ווארט ברכה, און ממשיך דאס אין אן אופן גלוי, ביז וואנענט אז די אלע ארומיקע הערן דאס, און הערן דאס אין אן אופן אז זיי ענטפערן אמן, דאס הייסט אז זיי באשטעטיקן דאס און נעמען דאס אן אויף זיך אליין אויך, וכמדובר כמה פעמים. אין אן אופן ווי ספירא אונטערשטרייכט, אז דעם צווייטן טאג און דעם דריטן טאג זאגט מען ניט יום שני אדער יום שלישי, נאר מ'זאגט שני ימים און שלשה ימים, דערפאר וואס קדושה אינה זזה ממקומה, על דרך זה איז אויך בהנוגע צו אידן, אז זיי טרעפן זיך איינער מיטן צווייטן, איז אפילו אז דערנאך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions