transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1לחיים ורבחם. מ'האט דאך פריער גערעדט אנטקעגן די פופצן יאר וואס ווי ער זאגט אין מדרש וואס דער חידא ברענגט דאס האט דאס אראפגעבראכט דערנאך אין פופצן שעה א טאג, וואס די פופצן יאר זיינען געווען די ג' אבות ביחד,
¶2וואס אין 'עבודת ה'' איז דאך דריי דרכים אין 'עבודת ה'' איז און דער דרך פון אברהם אבינו, וואס דאס איז געווען אין גמילות חסדים, אין קו הימין, און דער דרך פון יצחק'ן וואס ס'איז געווען חפירת בורות אויף אראפנעמען די מעלים ומסתיר אויף די מים חיים, וואס בכללות איז דאס דער עבודת התשובה, און דער ענין פון גבורה די עבודה מצד קו השמאל,
¶3און די עבודה פון יעקב'ן, וואס ער זאגט ”אלקי אביו אברהם ופחד יצחק הי' לי” וואס בכללות איז דאס דער ענ וואס אותות שלום צווישן די עבודה פון גמילות חסדים מיט עבודה זה קרבנות וואס דאס איז די עבודה פון יצחק'ן, וואס ער איז געווען אן ”עולה תמימה” איז אין די פופצן יאר האט זיך אויסגעשטעלט, אז ס'איז געווען א יחוד וחיבור פון די אלע ג' כוין,
¶4וואס דאס ווערט דאך פארלאנגט פון יעדער אידן, אז עולם ”קטן זה האדם” זאל זיך האלטן אויף די שלשה עמודים אז ”תורה ועבודה וגמילות חסדים”, וואס דערפאר שטייט דאך,
¶5אז יעדער איד האט א שייכות צו אלע דריי אבות, סיי צו אברהם'ן סיי צו יצחק'ן סיי צו יעקב'ן, משא"כ בהנוגע לשבטים איז ”כל אחד ואחד בשבטו” ילך.
¶6וואס אויף דערויף איז ער ממשיך אין חידוע, אז דאס האט דאך דערנאך ארויסגעקומען, אז פופצן שעה א טאג האבן זיי געלערנט צוזאמען תורה.
¶7און ער פרעגט די קשיא וואס ס'שטייט אין ספר חסידים, אז ס'זיינען געווען פיר און צוואנציק שעה זיינען די אבות געווען אין עבודת הבורא, האט זיך גערעדט, אז ס'איז דאך דא דער ענין די תורה, איז דאך דערנאך דארף דאך זיין דער ענין ו”כל האומר אין לו לתורה אפילו תורה” אין לו ס'דארף זיין א חוץ תורה אויך די שני כוין, די אנדערע שני כוין,
¶8וואס דאס איז די ניין שעה וואס אין זיי איז געווען דער סיפוק צרכיו.
¶9וואס אויף סיפוק צרכיו, די צרכים הכרחים של האדם, איז אויף דערויף איז דאך אויך דא דער ציווי, דער ”בכל דרכיך דעהו” אז אפילו בשעת א איד עסט און טרינגט און איז זיך עוסק אין ענינים של פרנסה דארף זיין ניכר אז דאס טוט א איד, און ניט אז דאס טוט אזא וואס האט קיין שייכות ניט צו תורה ומצוות,
¶10במילא וועט ער זיין אפגעהיט פון די ענינים וואס זיינען אסור על-פי שולחן-ערוך, במילא וועט ער זיין אפגעהיט אז דאס זאל ניט אנרירן אין זיין קביעות 'עתים לתורה' און אין זיין הידור בקיום המצוות וכו' וכו.'
¶11וואס בכללות איז דאס דער חלוקת היום, וואס ס'איז דא די פופצן שעה אויף 'לימוד התורה', און דערנאך איז דער איבעריקער זמן היום אויף ”מילי צרכי האדם”.
¶12וואס בכללות איז דאס אויך ווי ביי אידן גופא איז דאך דא דער חילוק פון תורה ומצוות, אדער ווי גערעדט דא דער חילוק פון תורה ביז דעם ענין פון ”בכל דרכיך דעהו” וואס אין עניני חיובים איז, איז די מצוות פון תלמוד תורה איז דאך דא מערניט ווי בא סכרים, דער ענין פון ”בכל דרכיך דעהו” איז דא סיי בא מאנסביל סיי בא פרויען.
¶13ואדרבא, מצד דערויף וואס דאס איז אן ענין פון בכל דרכיך וואס איז פארבונדן מיט וועלט, איז דערפון פארשטאנדיק, אז כלום ”אדם חטים מביא, חטים איכו, חטים כוסס” דארף ער האבן אן ”עזר כנגדו”, אז דאס געהערט מערער לעקרת הבית ווי דאס געהערט צו דעם אנביר.
¶14דאס הייסט, אז דער ענין פון תורה, וואס דאס איז מלשון הוראה, איז דאס איז די ער קען זאגן די הוראה ווי מ'דארף זיך פירן, דערנאך דארף מען דאך דאס אבער אויספירן בפועל, איז דאס ווערט אפגעטאן בפועל על ידי עקרת הבית.
¶15און על דרך ווי גערעדט פריער, אז דורך מעשה בפועל איז ”המעשה הוא העיקר”, עשי' לילא, איז קומט אויס על פי זה אז אט דער ענין נעמט נאך העכער ווי 'לימוד התורה'.
¶16וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין, אז אף על פי וואס ”כל חפציך לא” ישבו בו ”אפילו חפצי שמים” איז דאך אויך אינם שוים לדבר אחד מדברי תורה, ווי די גמרא זאגט אין מאוד קטן, אבער ביי א ”מצוה שאי אפשר לעשותה על ידי אחרים” איז דאס דוחה תורה, ניט נאר אז דאס איז ניט נידעריקער פון תורה, ניט נאר אז דאס איז בשוה צו תורה, נאר דאס איז נאך דוחה תורה און ער איז דאך אויס
¶17”אי אפשר לעשותו על ידי החורים” דאס מוז ער אליין אפטאן, זי אליין אפטאן, במילא איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז דאס איז דער ענין אין מצוות וואס ס'איז העכער נאך פון תורה.
¶18וואס דאס איז על דרך ווי מ'האט גערעדט אין מאמר, אז לא אביהו מנא לגבינו וואס דען דאס איז א תירוץ בראשו, וואס דאס איז אויך וואס ס'שטייט דאך אין כתבי האריז' אז לעתיד לבוא זיין דער דין א ”מעשה גדול”, ניט ווי איצ וואס דאס איז אויך וואס מ'זאגט אז לעתיד לבוא איז נקבה לת סובב גבו,
¶19וואס דאך כל הענינים לעתיד לבוא זיי ווערן דאך נתגלה דערפאר וואס מ'גרייט דאס טו און מ'טוט אין דעם במשך זמן הגלות, וואס אט דאס איז אויך די הוראה כללית, אז דער ו”מכבדו יותר ממה” שיש לו ווי די גמרא זאגט אין חולן בהנוגע לשתו, וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, וויבאלד אז דאס איז ”יותר ממה שיש לו” איז פארוואס קומט דאס איר אזויפיל כבוד,
¶20און תורה וועט זיך ניט אנזאגן אויף אן ענין וואס ס'קומט ניט, אויב דאס איז א זאך וואס ס'קומט ניט דארף מען אויף דערויף ניט הארעווען און מ'דארף דאס ניט געבן, וויבאלד אז מ'זאגט אז ”מכבדה יותר ממה” שיש לו איז א סימן אז דאס קומט, און ס'קען זיין אז ס'קומט אויף אזויפיל, אז וויפל ער האט איז דאס ווייניק, דארף ער באקומען נאך ערגעץ
¶21אבי זי זאל האבן אט דאס אלץ וואס ס'קומט איר.
¶22איז אזוי ווי בפנימיות הענינים ווי דאס וועט נתגלה ווערן לעתיד לבוא, איז דאך ”המעשה הוא העיקר” און נקבט סובב גבר איז דאס ”יותר ממה שיש לו”, ווארום קלום חטים כוסס ער קען מערניט ווי ברענגען די חטים און ברענגען א הוראה אז אזוי דארף זיין, דערנאך בשעת מ'דארף טאן בפועל בנוגע לחינוך הבנים והבנות
¶23בתחילת חינוךון בעיקר, און דערנאך בהנוגע צו דעם שטעל פון דער הויז, און בהנוגע צו די כשרות המאכלים, און בהנוגע צו טהרת המשפחה, און בהנוגע צו כל הענינים עיקרים וואס אן זיי הענגט אפ א אידישע הויז איז הענגט דאס אפ בעיקרם אין דער עקרת הבית, וואס ער אליין פארמאגט ניט קיין כחות אויף דעם, מיט כמה סיבות אט דערפאר וואס רצוא הבורק.
¶24וואס דערפאר איז דאס יושר ממה שיש לו, מ'האט אים אבער אנגעזאגט אז דאס איז אן ”עזר כנגדו”, איז דערפאר קומט פון אים אז ער זאל אפגעבן כבוד מערער ווי ממה שיש לו, דערפאר וואס דארט איז דא ”יותר ממה שיש לו” מערער כוחות וויפל ער האט.
¶25וואס אט דאס איז דאך אויך וואס מ'זעט בפועל, על דרך ווי ס'איז געווען אין דעם דור וואס ס'איז געווען אז דער שם עוז לעמו יתים דער דור פון מתן איז דאך דעמאלט אויך געווען די התחלה פון דבר לבית יעקב ”אלו בני ישראל אלו” הנשים,
¶26און ווי ער איז מבאר אין מדרש, אז אן דערויף האט אפגעהאנגען, אז די תורה זאל האבן א קיום, אט אזוי איז אויך אין דרא דעקבתא דמשיחא ביחוד, וואס ווי ס'שטייט אין כתבי האריז ל, אז דאס איז דער גלגל פון דעם דור המדבר, פון דעם דור מקבלי התורה, שטייט אויך אין כתבי האריז ל, אז דעמאלט איז דאס א דור וואס נשמעים ל�
¶27ונשוטיהם, אז מ'פאלגט סי דארף מען אויספירן בא דער פרויען אז זיי זאלן בעטן, ניט ענינים של מה בכך, ענינים תפלים ומוסרות, אז זיי זאלן בעטן די זאכן וואס מ'דארף בעטן, על דרך ווי ס'איז געווען בשעת מתן תורה,
¶28אז מ'האט מכריע זיי האבן מכריע געווען אז מ'זאל אויפבויען א משכן און מ'זאל מקבל זיין די תורה, און מ'זאל גיין דערנאך אין דער גאולה ”על ידי משה רבינו” על די גואל ראשון אין ארץ ישראל, ווי ער זאגט אין גמרא אין בבא בתרא און אין מדרש, אז דוקא די נשים זיינען געווען די חובבי און האבן היפך פון א צס מרגלים, במעשה מיט די בנות צלפחץ זאל אזוי אויך זיין פון די נשים שבדור הזה,
¶29אז זיי זאלן פארגעסן אויף די ענינים אותיות, און מאנען ביי דעם מענער, אז די ערשטע זאך זאל מקבל זיין תורה, על מנת ”ללמוד וללמוד לשמור ולעשות” די צווייטע זאך, אפילו בשעת מ'געפינט זיך נאך במדבר אין חוץ-לארץ זאל מען דארטן אויפשטעלן א משכן לו יתברך,
¶30און מ'זאל אויף דערויף אפגעבן דעם 'זהב וכסף ונחושת' מיט די אלע דרייצן אדער פופצן זאכן, ווי ער רעכנט אויס בפרשה, און דערנאך איז דאס גופא וועלן זיי ארויסברענגען, און בגלוי, אז מ'זאל קענען גיין בקרוב קוממיות לארצנו בביאת משיח צדקנו.
¶31לחיים לחיים.