Paragraph
Paragraph rh-vdx0j6p7
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-cvh72e5h
- order
- PB
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ביז כל העולם כולו, אז זאל מען וויסן זיין, אז דער אויבערשטער איז מלוך על כל הארץ כולו בכבודך, און אז מ'זאל וויסן זיין, אז דער אויבערשטער איז א מלך בפועל, אזוי ווי א קוסר איז דאך על דרך הנשיא פון א רעפובליק איז דאך זיין ענין צו פארזארגן אלע צרכים וואס מ'דארף האבן אז די מדינה זאל זיך פירן ווי ס'דארף זיין, און אין א גוטן אופן און אין א זיסן אופן, על דרך זה אויך, ובכל-שכן וקל-החומר, און אדרבא דערפון נעמט זיך די שליטה און די באווארעניש וואס אלע מלכים טוען, אז דער וואס איז דער מלך פון דער גאנצער וועלט און פון די גאנצע באשעפענישן, וואס דאס איז דער אויבערשטער, פירט זיך אזוי, איז אין דער וועלט איז באשאפן געווארן, אז ער פארזאגט זיי אלעמען, יעדער פרט וואס געפינט זיך אין וועלט, אין אלע ענינים אין וועלכע מ'געפינט זיך. ס'איז דאך דער סדר בהנוגע צו אונז, אז מ'פארבינדט זיך אויך מיט דער פרשה פון דער וואך, וואס דאס איז כתבו,
- proofread
- 0