Paragraph
Paragraph rh-vcm3fqem
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pr4jw2a1
- order
- 5o
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי מ'זעט דאס אויך פון דעם זעלבן דין, אז אף על פי וואס בהנוגע צו שבע ברכות, וואס דאס איז דאך אן אויסנאם אין ברכות, דארף מען האבן פנים חדשות, אבער בהנוגע לכמה ברכות וואס זיינען אויך פארבונדן מיט שמחת נישואין וכו איז דארט איז פנים חדשות ניט משנה, על אחת כמה וכמה אז דאס איז ניט מעקריב, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות. אף על פי כן, כמדובר, זוכט מען דאך א חידוש, על דרך ווי דערמאנט בנוגע לזמננו זה, וואס דאס איז דאך א שנת העיבור וואס זי איז אויסגעטיילט אין תורה שבכתב, אין איר נאמען, שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, זאגט תורה שבעל-פה, וואס דאס איז דער פירוש פון תורה שבכתב, אז דאס וואס שטייט אין תורה שבכתב שנה תמימה מיינט מען דאס א שנת העיבור, וואס דעמאלט איז דאס אן ענין של תמימה.
- proofread
- 0