עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vc3qbffk

kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי ס'דארף צו זיין אידישקייט, במילא זיינען די קינדער ניט שולדיק איז נאכמערער וויכטיקער, אז מ'זאל טאן אלץ באווייזן א ליכטיקן ביישפיל, וואס דעמאלט וועט מען סוף-סוף דערציילן די אלע קינדער וואס געפינען זיך אויך ווייט, און באווייזן נאך, אז וויבאלד אז דאס איז געמאכט געווארן אין די וואכן מאכט מען דאך אויך דערפון תמונות און פיקטשערס, און מ'באווייזט דאס דארט אויף א לעבעדיקן אופן, ווי אזוי די קינדער האבן אויסגערופן די פסוקים און האבן אויך געמאכט מיט די הענט און מיטן גאנצן טערפער זייערן אויף באווייזן זייער פארבונדענקייט מיט דער תורה, אז דאס איז סיי מיט דער נשמה און סיי מיט דעם גוף, וואס דעמאלט ווערט דאך דאס א דבר שלם א גאנצע זאך, און א גאנצע לעבעדיקע זאך. וואס ס'שטארקט דאס נאך מערער, אז מ'זאל אינגיכן זוכה זיין אין דער זכות פון די קינדער אויך צו דער גאולה, וואס זי וועט אויך זיין א גאולה שלימה, ובקרוב ממש, דורך משיח צדקנו, וואס וועט גאר אינגיכן קומען און וועט יעדערן פון אונז און יעדערער פון די קינדער
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions