עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

69 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1חיים לברחם. ער האט

2גערעדט פריער, אז תכלית העבודה איז, אז דאס זאל דורכנעמען דעם גוף 'ונפש הבהמית', ביז וואנענט אז ס'זאל זיין ניכר בבשר הגשמי, וואס דערפאר איז דאך די ערשטע זאך ווי אזוי ווערט נכנס די ”נפש הקדושה באדם”?

3איז דאס בברית מילה, וואס מילה איז דאך אן עת ”ברית בבשרכם” אט אזוי איז אויך פארשטאנדיק, אז אט דאס וואס מ'האט גערעדט, אז די עבודת התפילה טוט אויף דעם ענין פון ”פדה בשלום”,

4אז מ'גייט ארויס פון מוצב ארצה ביז וואנענט מ'קען דערגרייכן אין השמימה טוט זיך דאס אויף בשעת עבודת התפילה, וואס דעמאלט איז דאך אויך כפשוטו דארף ער דאך שטיין ”כעבדא קמי' מרי” ניט זיין קיין מציאות פאר זיך, כאטש אפילו 'קודם התפילה' האט ער פארנומען גאר א גרויסן ארט בא זיך און אפשר אויך ארום זיך.

5דאס איז דאך אבער אלץ אין אן ענין וואס ס'איז נאך ניט דורכגענומען דעם בשר וגוף אין אן אופן של פועל, דאס איז מערניט העדר המציאות און העדר התנועה, וואס דאס איז דאך דער אופן פון שמונה עשרה, וואס דעמאלט שטייט מען דאך אין אן אופן פון ”ביטול העדר התנועה”.

6ס'דארף דאך אבער דערנאך זיין דער ענין פון מעשה בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר”, וואס דערפאר איז דאך נאך שמונה עשרה דארף דאך דערנאך אראפקומען אין ענינים של פועל, וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז דער סדר על פי תורה איז, אז מבית הכנסת איז ער ”הולך לבית המדרש”, וואס בית הכנסת איז דאך ענינו דער ענין פון תפילה,

7וואס דעמאלט איז דאך ”דע לפני מי אתה עומד” ווערט ער אויס מציאות פאר זיך.

8דער ענין פון תורה איז דאך דוקא אז מ'לערנט תורה איז דאך אין ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט וועלט, וואס דאס איז דאך דער עיקר 'לימוד התורה', ובפרט 'בזמן הגלות'.

9וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז ”לא בשמים היא ולא מעבר לים היא” אזוי איז דוקא ”בארץ הלזו הגשמיות” אין דעם עולם התחתון, וואס אין דעם טייטש פנימי בזה איז, אז דער תכלית התורה איז,

10אז ס'זאל זיין דער ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה” וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז נאך דערויף ”מבית הכנסת לבית” המדרש און דערנאך איז ”הנהג בהם מנהג דרך ארץ” דערנאך קען ער גיין און אויפטאן אין וועלט דאס וואס ער דארף אויפטאן אין וועלט, וואס בכללות איז דאס דער מעשה המצוות, וואס דאס איז דער סדר דער תפילה, און דערנאך תורה, און דערנאך מעשה המצוות.

11וואס דאס איז אויך דער כללות הסדר אויך אין 'מחשבה דיבור' ומעשה, וואס תפילה זאגט ער דאך די גמרא אין תענית, אז ”בכל לבבכם מאיזה היא עבודה שבלב זו תפילה”

12דער ענין פון תורה איז דאך חיים היא למוצאים למוציעכם בפה דער ”ודיברת בם בדברי תורה כתוב” מדבר און דערנאך קומט מען אראפ אין מעשה, וואס דאס איז דער ענין פון מעשה המצוות.

13וואס דערפאר זאגט מען אויך אויף ”פדה בשלום נפשי” וואס דער כללות הענין טוט זיך דאס אויף דורך עבודת התפילה, דארף דאס אבער דערנאך אראפקומען אין המשכים 'מלמעלה למטה', וואס דאס איז געווען דער ענין פון הפצת המעיינות, דער ענין פון תורת החסידות, און דערנאך איז דאס אראפגעקומען אין אן ענין פון מעשה, וואס דאס איז ווי ער זאגט דארט אין אגרת הקודש אז דאס איז דער ענין הצדקה.

14מצד דערויף וואס מעשה איז דאך פארבונדן ניט נאר מיט דעם כח ”היותר אחרון בנפש” האדם, וואס דאס איז דער כח העשי נאר דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט וועלט בגשמיות בשעת ער לערנט תורה און לערנט אין וועלט, לערנט ער און ווייס די וועלט ווי די וועלט שטייט אין תורה,

15בשעת ער דארף אבער טאן א מצוה דארף ער האבן א קלף גשמי און א צמר גשמי כדי ער זאל האבן די ציצית ותפילין.

16ועל דרך זה כל שאר הפרטים.

17משא"כ בתורה קען ער לערנען הלכות פון דער מצוה, און ער ווייס וועגן דעם צמר, אבער דארטן שטייט דער צמר ווי אין זיין מחשבה, ווי אין זיין פארשטעלונג.

18וואס דערפאר איז ניט אזוי נוגע די באווארעניש אויפן 'לימוד התורה' ווי מ'דארף האבן די באווארעניש בשעת ס'קומט צו מעשה המצוות.

19וואס דערפאר זאגט מען, אז תורה איז דא דער סדר אז ער גייט אין בית-המדרש, הי' ווערט דאס נאך ניט אנגערופן דרך ארץ ער האט נאך ניט צוטאן מיט ו כאטש אפילו תורה איז שוין אויך ניט דער מעמד ומצב פון תפילה,

20משא' כן אבער דערנאך, ער גייט אוועק צו מצוות, איז אט דעמאלט הויבט זיך אן דער סדר וואס ער איז ארויס בעולם, וואס אויף דערויף זאגט מען דער ”הנהג בהם מנהג דרך ארץ” איז ניט דער ענין פון תורה ווי ער איז מחלק, אז ס'איז דא דער זמן פון תורה און דער זמן פון וואס אהבת ”דגנך ותירושך ויצהרך”.

21וואס דערפאר דארף מען דא באווארענען און מ'זאגט אין אגרת הקודש, אז דער ענין המצוות וואס כללותן ווערן זיי אנגערופן בשם צדקה איז זאגט ער אין אגרת הקודש, אז דאס איז צדקת ארץ ישראל לכאורה אויף תורה זאגט ער אויך אין מדרש,

22אזוי וזב הארץ אז היא טוב אז ס'איז ”אין תורה כתורת ארץ ישראל” און פונדעסטוועגן אויף תורה זאגט מען איט די באווארעניש, אז ס'דארף זיין דוקא תורת ארץ-ישראל, והי שעמדה לנו, און אויף צדקה זאגט מען א צפשטת ארץ-ישראל.

23וואס כאמור, אז מצד דערויף וואס א מצוה איז פארבונדן דוקא מיט א קלף גשמי און צמר גשמי דוקא דארף מען דארטן האבן מער באווארעניש.

24וואס כפשוטו איז דאס, אז וויבאלד אז מ'האט צוטאן מיט גשמיות'דיקע זאכן מוז ער דאך אנקומען בא זיך אויך צו גשמיות, כדי ער זאל לערנען תורה איז דארף מען האבן אז ביי אים זאל זיין דער כח השכל בתוקם,

25כדי אבער אויף אנטאן תפילין אדער עציצית לביטאליתו דארף ער האבן דעם זרע גשמי און ער זאל קענען אנטאפן וואו ס'געפינט זיך דער מקום הנחת תפילין של יד, ועל דרך זה אין דעם בשר הגשמי אנטאפן וואו ס'געפינט זיך דער מקום הנחת תפילין של ראש, און אז ניט קען ער דאס לייגן אין אן אופן אז די מצוי איז קיין מצויים.

26דאס הייסט, אז די מצוה קען אפגעטאן ווערן דוקא אין אזא מין אופן, אז ער וועט טאפן און מעסטן זיינע גשמיות.

27און בשעת מ'טאפט און מעסט גשמיות אט דא קען מען גיין פארלארן.

28דארף מען האבן אט דא די באווארעניש, אז דאס זאל זיין פאר מיט אן ענין וואס דאס ווערט אנגערופן ארץ ישראל א סדר וואס ”עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”,

29אז כל ימיו איז פילט ער אז ”עיני הוי' אלקיך בה”, אז דער אויבערשטער שטייט און קוקט אויף אים און קוקט זיך צו ווי ער פירט זיך אויף און וואס ער טוט, בשעת ער שטייט אין אזא מעמד ומצב וועט אים ניט שארטן אט דאס וואס ער טאפט גשמיות,

30און זעט אז די גשמיות זאל זיין במקומו און ס'זאל גארנישט ניט פעלן די כיבורות שביד און אין מקום שכנגדם מוכו של תינוק רופו.

31וואס דערפאר דארף מען דא האבן די באוואנענישן בהנוגע צו צדקת ארץ ישראל.

32וואס אויף דערויף זאגט מען ויהי שעמדה לנו דוקא בהנוגע למאסר, ווי גערעדט פריער, אז דער מציאות אויף מעשה נעמט זיך דערפון וואס די נשמה געפינט זיך במאסר של ”נפש הבהמית והגוף”, און מ'זאגט, אז די עבודה איז, ניט אז תגעל הנפש את הבשר בפועל און די נשמה זאל זיך אויסטאן פון גוף בענינה,

33און זיין בהתבודדות פון זיין גוף 'ונפש הבהמית' ס'איז ”לא לתוהו בראו אלא לשבת” יצרה דער אויבערשטער וויל אז אין גוף און אין 'נפש הבהמית' זאל מען דארטן מאכן א דירה לו יתברך.

34איז דאך דאס א מאסר הכי גדול דער ריחוק הערך צווישן די ”נשמה שנתת בי טהורה” היא ביז א גוף וואס מאין בשר מטיפת לוחה ווי ער רעכנט אויס די אלע פרטים בזה.

35וואס ס'קען דאך ניט זיין קיין מאסר קיין טיורמה א שטארקער און א טיפערע דערפון.

36איז אויף דערויף זאגט מען, אז אין דער טיורמה איז ניט דער סדר ער זאל אליין אנטלויפן פון טיורמען און לאזן דארטן כל עניניו דער סדר איז אז ער דארף מאכן נר במושבותם, און אט דעמאלט באפרייט מען אים און מ'לאזט אים ארויס.

37וואס אט דאס איז א ביאור בדרך אפשר אויפן סיפור וואס דער רבי האט דערציילט בהנוגע צו י'ט'ס כסלו, אז זייענדיק י'ט'ס כסלו איז דאך אזוי די שחרור איז גע אז דער רבי דערציילט אין שיחה, אז דער אלטער רבי איז דעמאלט געווען די פיר און צוואנציק שעה מיטן מגיד און מיטן בעל שם טוב,

38וואס דערפאר אז מ'איז אים געקומען אנזאגן וועגן דעם שחרור האט ער גאר ניט געוואלט גיין, וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, איז וואס האט זיך געטאן?

39דער מאסר האט געדויערט נ' ג' ימים פופציק-דריי טעג, וואס במשך ימים אלו איז דאך אויך געווען זמנים וואס דער בעל שם טוב מיטן מגיד זיינען געווען במאסר, געקומען און בא זוכן אין מאסר, וכידוע הסיפור בזה.

40נאר וואס דען? איז דאך מוכח פון דעם סיפור, אז דעמאלט איז געווען זמנים וואס יא און זמנים וואס ניט.

41די פיר און צוואנציק שעה וואס ס'איז געווען דער יום הגאולה פון י' טס כסלו, איז דעמאלט איז געווען בתמידות.

42וואס דערפאר האט דער אלטער רבי געוואלט דארט ממשיך זיין, זיין מיטן בעל שם טוב און מיטן מגיד, און ווי דער רבי דערציילט אין זיך, אז וויבאלד אז תורת החסידות האט מנצח-געווען, און מ'וועט קענען מפיץ זיין תורת החסידות ביז אין חוצה איז וואס אים די נפקא מינה,

43צי וועט ער זיין אין דעם מקום, צי וועט ער זיין אין קרעפעס, אבי ער וועט זיין צוזאמען מיטן בעל שם טוב ומגיד און אויף דערויף האט מען געזאגט, אז דער תכלית איז, אז מ'זאל ארויסגיין און מפסיק זיין לפי שעה, דער זיין צוזאמען, און דערנאך אוועקגיין אין אן ”עיר מלאה גילולים”, ווי ס'איז דעמאלט געווען פטערבורג, און דארטן אויפטאן שהתגולל וברחובות, פטערבורג, מיט דער ”שמחה של מצוה גאולה” פון דעם מעשה.

44וואס דאס איז קומט נאך דערויף ווי מ'איז צוזאמען מיטן בעל שם טוב און מיטן מג וואס דער סיפור בן נשיא לישראל איז דאס ניט גלאט א סיפור יפה ס'זאל צוקומען נאך א סיפור אין ספר הסיפורים דאס איז אויך א לימוד והוראה, אז ניט דער סדר איז, אז ער אנטלויפט פון טיורמען,

45און לאזט איבער כל הענינים כמו שהם, מיט זיין גוף 'ונפש הבהמית', אבי די נפש אלקית זאל זיין דער לחזות ביניהם הוי דער סדר איז, אז מאכן נר במושבותיו מאכט דא ארץ ישראל.

46וואס אט דאס איז די הכנה, אז דערנאך גייט ער ארויס אין פטערבורג, ויתגולל וברחובות מצד שמחה של מצוה, און אט דאס איז געווען דער אתחלתא די גאולה הכללית, די התחלת פון הפצת המעיינות אין אן אופן פון הפצה, וואס דאס איז די התחלה והכנה צו 'קאתי מר דא מלכא משישא'.

47וואס אט אזוי איז אויך אין כללות המצוות, אט אזוי איז אויך אין פרטי המצוות, אז בשעת מ'האלט בא דער עבודה פון מאכן ארץ ישראל במקום אחר, איז אט דעמאלט קען ער קיין טעות ניט האבן און מיינען אז ארץ ישראל איז ככל הארצות,

48פונקט אזוי ווי ער קען קיין טעות ניט האבן, אז א איד איז ”ככל הגויים” ווען ער שטייט און דאוונט, ווארום א גוי דאוונט ניט, און א גוי לייגט ניט קיין תפילין און טראגט ניט קיין ציצית, און היט ניט קיין שבת, איז במילא, בשעת ער דאוונט און בשעת ער לע דארף מען מיט אים ניט גיין קנעלן, אז ס'זאלסט וויסן זיין, אז לא ”ככל הגויים” איז אים בני ישראל.

49בשעת ס'קומט צו אדם חורש און אדם זורע און אדם אוכל ושותה אט דא דארף מען האבן א באווארענונג, זאלסט וויסן זיין, אז דו ביסט ”אתה בחרתנו מכל העמים” דו ביסט אט דער פאלק וואס אין ”הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”.

50ער האט אבער קיין רשות ניט ער זאל זאגן, אז אויב אזוי וועט ער אויפהערן עסן און אויפהערן טרינקען, און ער וועט מערניט ווי שטייען און דאווענען, ביז וואנענט אז יצא נשמתו איז דאס היפך רצון הבורות איז לשבת יסרה ו”לא לתוהו בראה” ס'דארף זיין דער זמן וואס ער דאווענט, און דערנאך איז ”מבית הכנסת לבית” המדרש, און דערנאך איז הנהגה ”בהן מנהג דרך ארץ” דו דארפסט ליכטיק מאכ

51וואס אט אזוי איז אויך אין ארץ-ישראל כפשוטה, איז כל זמן מ'דאוונט, און כל זמן מ'שטייט בא כותל המערבי, און כל זמן מ'לערנט תורה, ניט דארט דארף מען באווארענען אט די אלע זאכן וואס מ'באווארנט.

52ארץ-ישראל אבער פאדערט, אז ס'זאל אויך זיין די ענינים פון בכל דרכיך.

53און אט דא דארף מען באווארענען, אז דאס איז 'ארץ הקודש' יקרא לה דאס איז א לאנד וואס ”הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” ניט נאר אין ראשית השנה, וואס דאס איז דער טאג פון ראש-השנה,

54וואס דעמאלט גלייכט זיך אויס ארץ-ישראל מחוץ לארץ, אומעטום איז דא א יום-טוב שינוי של גליות, דעמאלט פילט מען אז מ'געפינט זיך אין גלות, אפילו זייענדיק אין ארץ-ישראל איז שטייט דאס בגלוי,

55דערפאר וואס מ'קען נאך ניט מקדש זיין על פי הראי און ס'איז דאך ניטא דער בית-דין און ניטא די קבלת עדות און ניטא די סמיכות וואס דאס אלץ וועט ווערן ”בשעת קתי מר” מלכא משיחא בגלוי, ”ועד אחרית שנה” ערב ראש שנה איז דאך א וואכעדיקער טאג, איז אט דעמאלט איז בשוה ביי אים דער ”עיני הוי' אלקיך בה” אין דער וואכן אויך.

56און אט דא האט מען די באווארעניש, אז דאס איז צדקת ארץ ישראל ער טוט צדקה מיט ארץ ישראל זייענדיק דארטן אין דעם מעמד ומצב וואס ווערט פארלאנגט, אז ס'זאל זיין דער ענין פון בכל דרכיך לאחרי התפילה, לאחרי 'לימוד התורה',

57לאחרי הענינים וואס זיי זיינען מקושר מיט עשיית המצוות, איז דאך דא די ענינים פון ”עולם כמנהגי נוהג” דארף מען דארטן אויפטאן, אז דאס איז ניט דער עולם און ניט דער מנהג, במילא קען מען דאך אזוי ניט נוהג זיין, דערפאר וואס לא ככל הרצות ולא ”ככל הגויים” זיינען דאס אידן.

58און אט דאס איז די צדקה וואס מ'דארף טאן מיט ארץ-ישראל דערפאר וואס די ארץ מטד עצמם געפינט זיך דאך אויך בגלות, ווי ער זאגט אין בחוקותי, אז דעמאלט איז די ארץ אויך חרוב, ביז וואנענט אז תירצה די אלע שנים און די אלע ענינים וואס מ'דארף מתקן זיין,

59איז אבער דא דער ענין פון ”גאולה תתנו לארץ”, די צדקה וואס מ'טוט מיט ארץ-ישראל דורך דערויף וואס מ'איז דארט מגלה דעם ענין פון ”עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”.

60וואס אט דעמאלט איז מען מגלה ניט א זאך וואס מ'ברענגט דאס אריין פון ערגעץ-וואו, דאס איז מערניט דער גילוי פון דעם ענין וואס געפינט זיך דארטן בהעלם והסתר, אבער בשלימות איז ער דארט פריער אויך, ווארום ס'איז דאך די קדושה שני איז דאך קיצה לשעתא וליתיד לבוא בהנוגע צו ארץ-ישראל.

61וואס דערפאר איז דאך איצטער אויך דער דין בכמה וכמה ענינים, איז דאך דא ענינים וואס זיי זיינען מערניט דא אין ארץ-ישראל און זיי זיינען ניטא בכל הארצות, נאר בשעת מ'גייט אוועק פון דעם ענין קען ער דאך דעמאלט קומען צו א צווייטן ענין וואס אין אים גלייכט זיך אויס ארץ-ישראל מיט חוץ-לארץ,

62איז אט דא ווערט דער צדקת ארץ ישראל ער טוט צדקה מיט ארץ ישראל און איז מגלה, אז דאס איז ניט אן ארץ ככל הארצות, און אידן וואס דארטן דארפן זיין ניט ווי אידן וואס זיינען בכל הארצות, דערפאר וואס דאס איז אן ארץ וואס איז ווי ער זאגט אין זהר אז 'לית לי' מגרמה כלו' און מ'האט געדארפט אנקומען צו חוץ-לארץ,

63און מ'האט זיי געשיקט פון חוץ-לארץ, און וואס האבן די אידן מ'האט דערפון געמאכט תורת ארץ ישראל און די ענינים תפילת ”ארץ ישראל ומצוות ארץ ישראל”.

64וואס על דרך זה איז דאס איז דער עמדה לנו אויף ארויסנעמען דעמאלט פון מאסר, און אויך איצטער אויף ארויסנעמען די ענינים פון דעם 'העלם והסתר', וואס דאס איז דער ענין פון גלות, און מאכן דערפון אז ס'זאל שטיין בגלוי אט דאס, אז א איד וואו ער געפינט זיך ניט געפינט ער זיך צוזאמען מיטן אויבערשטן, דער ”והנה הוי' נצב עליו”,

65און ווי ער זאגט אין תניא ”ובוחן כליותא ולבו אם עובדו כראוי” און וויבאלד אז ער געפינט זיך צוזאמען מיטן אויבערשטן, איז פונקט אזוי ווי דער אויבערשטער איז שולט אויף וועלט, איז דורך זיין פארבינדונג מיטן אויבערשטן קען ער אויך שולט ומשל זיין אויף דע זאל ער זיין בראש כל חוצו, זאל זיין ביי אים נקרא די שמחה של מצוה,

66און קיינער קען אים ניט טשעפען. וואס דאס איז אויך מגלה ”בכל מקום שבני” ישראל נמצאים, אז מ'זאל זען, און ניט נאר פילן, נאר אויך זען ביז אין עיני בשר, אז דא געפינט זיך א איד א לומד תורה 'ושומר מצוה',

67במילא איז ה' עליו און ”ה' עמו” וואס אט דעמאלט פועל"ט ער אויף, אז ”הלכה כמותו בכל מקום”, אז וואו ער געפינט זיך ניט פסק'נט ער אפ דעם דין ווי דער חלק בעולם דארף זיך פירן,

68וואס אט דאס ברענגט דער התפשט ארץ ישראל בכל הארצות, אז מ'מאכט אומי טום ס'זאל זיין דער אין ”הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”, ברענגט דאס אראפ בגלוי די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס היא איז לכנו כממיות לארצנו בעגלא דידם.

69לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions