עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vaqkk1r8

kind
paragraph
order
i
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ליחדה ווערט דאס די יחידות שבכל אחד ואחת, וואס דאס איז דאך ווי דער חלק המשיח וואס ס'איז דא אין יעדער אידן און אין אלע אידן, בפרט נאך אין כללות אידן, ווען מ'קלייבט זיך צוזאמען כמה פעמים עשרה אין מעשים טובים און אין א בית הכנסת, און א בית פון תורה, ועוד והוא העיקר, אז ס'ווערן כל הענינים ביחד, איין און איינציקע נקודה, וואס די נקודה שטייט בגלוי אין דעם זמן ומקום פון גאולה האמיתית והשלימה וואס הויבט זיך אן דוקא אין דעם מקום, און ס'ווערט דערנאך בגלוי ביז דער תכלית השלימות ואמיתית, בתכלית האמיתית פון כל הענינים פון דער גאנצער וועלט, וואס דאס איז דאך דער ענין פון דירה לו יתברך, ווערט דאס דוקא בתחתונים שאין תחתון למטה הימנו, און דאס פארבינדט יעדער אידן און אלע אידן מיט זיין יחידה שבנפש, וואס דאס פארבינדט מען מיט די יחידה כללות, מיט משיח צדקנו, יבוא ויגעלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו תיכף ומיד ממש. און מ'גייט צוזאמען מיט די תורה חדשה וואס דער משיח וועט גלייך זאגן, און דערנאך איז דער המשך וואס דער אויבערשטער זאגט, די תורה חדשה מאיתי תצא ועוד ועיקר תיכף ומיד ממש.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions