Paragraph
Paragraph rh-v8tajztq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-m67vvwhh
- order
- C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דאס ברענגט אראפ די ליכטיקייט פון תורה ומצוותי צוזאמען דערמיט ברענגט דאס אויך ליכטיקייט אויך כפשוטו, אז מ'האט א ליכטיקן לעבן, סיי בגשמיות, ניט וויבאלד אז מ'האט א ליכטיקן לעבן ברוחניות, און מ'האט א געזונטן לעבן, ווארום ס'איז ניטא קיינע זאכן וואס זיינען ניט ליכטיק פון אלע זאכן פון א אידישן לעבן, אין ליכטיקן אופן, אין צוגאב צו די רוחניות'דיקע ליכטיקייט, אויך די גשמיות'דיקע ליכטיקייט, אז ווי ס'פירט זיך אויך דער מנהג ישראל, אז שוין פון ראש-חודש אלול ווינצן זיך אידן יעדערער אז מ'רעדט מיט צווייטן, ובפרט קינדער אז זיי רעדן מיט חברים אדער מיט חבר'טעס, אז מ'זאל האבן כתיבה וכתיבה טובה אויף דעם גאנצן יאר וואס קומט דערנאך אן, ובפרט נאך אז היינטיקן יאר ענדיקן זיך אין חודש אלול דעם שנת חמישים, וואס ווי אידן האבן דאס מפרש געווען איז דאס איז א ראשי-תיבות, אז תהי הי'תהי שנת ניסים דער יאר וואס גייט אוועק דער פופציגסטער יאר, און ס'הויבט זיך אויך דערנאך
- proofread
- 0