English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

25 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ווי יעדער יאר בא דער געלעגנהייט פון דעם יארצייט פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, וואס דעמאלט קלייבן זיך דאך צוזאמען באי-כח פון זיינע חסידים, מכמה וכמה מקומות ומדינות און ארצות, כדי אויף צוזאמען זאל זיין איש את ראהו יעזורו ולחוב יאמר חזק אויף דערמאנען זיך און באלעבן נאכאמאל די איבערלעבונגען וואס מ'האט געהאט פון די וואס האבן זוכה געווען צו זען אים בחיים חיותו בעלמא דין, דעם נשיא דורינו, על דרך זה אויך פון די וואס האבן געהערט פון זייערע עלטערן וואס זיי האבן אליין געהערט אדער געהערט פון תלמידים שלו וכו'איז דאך דעמאלט א ספעציעלע געלעגנהייט אויף נאכאמאל צוזאמענרעדן דאך ווי אזוי נאכמער צו אויפטאן אין דעם מילוי פון די שליחות פון דעם נשיא וואס ער האט געגעבן לכל אחד ואחת פון דעם גאנצן דור, סיי מערנער און סיי פרויען און אויך אפילו קינדער, אנשים ונשים וטף, און מ'האט דאס געזען אויך בגלוי, נוסף אויף דערויף וואס ס'איז דאך אויך פאשריבן אין מערערע שיחות

2און אין בריוו פון דעם בעל ההילולא, וואס ער זאגט אן און גיט הוראות בהנוגע צו די אנשים און צו נשים און אויך צו טף און אויך צו קטני-קטנים, און הוראות אין צוגע בהנוגע צו זיך אליין, אויך הוראות בהנוגע ווי אזוי צו פועל'ן אויף אנדערע, און ניט נאר צוזאמען, און בעיקר טאקע, אויף די אנדערע וואס קעפינען זיך בסמיכות מקום, איז דאך אבער די כוונה בזה, און אויך די פעולות דארף אויך זיין אויף אנדערע וואס געפינען זיך בריחוק מקום גשמי, זיי געפינען זיך אבער בקירוב מקום רוחני, און אויך כולל אט די וואס זיינען אויך דערוויילע נאך ניט בקירוב מקום רוחני, נאר דארט אויך פעלט נאך דער קירוב, איז אדרבא, מורא זיינען נאכמערער, וכמדובר כמה פעמים, אז דאס דערוועקט דעם גודל הענין וואס זיי האבן ניט זוכה געווען אליין צו הערן אדער אליין צו זעען אדער אליין צו הערן פון תלמידים וואס זיי האבן אליין געהערט פון דעם בעל ההילולא, ועוד והוא העיקר זוכה געווען אויף דערנאך דורכפירן די שליחות בכל

3האופנים האפשריים, און בלשון חז זל אז שליח אותו שליח, ביז ווי מ'איז דערנאך מוסיף בכמה מקומות, אפילו מאה שלוחים, וואס דאס באווייזט דאך, אף על פי וואס מאה איז דאך דא ניט דער אפטייטש אז דוקא הונדערטער און ניט מערער און ניט ווייניקער, נאר אין ביידע אופנים דאס איז כולל אויך, אז אפילו אז ער האט שוין געמאכט הונדערט שלוחים, אין אך שליח אחר שליח, האט ער נאך ניט יוצא געווען, ווי דער ענין השליחות מאנט, וואס דאס מאנט אז מ'זאל טאן אין דעם ביז וואנענט אז ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את הוי וואס דאס איז דאך געווען די כוונה פון דעם משלח פון דעם ההילולא. ועד דרך זה אויך אין דעם צווייטן קצה, אז אפילו אז דערוויילע האט ער געלעגנהייט צו טאן מערניט ווי מיט זיך אליין דארף דאס אבער אויך כולל זיין אין זיך אפילו מאה ענינים, אף על פי וואס ער איז איינער איז ער דאך אבער א איד וואס את העולם נתן בלבם האט ער אין זיך די גאנצע וועלט, און ובלשון חזל חייב אדם לא

4אומר בשבילי נברא העולם אז וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס איז א חיוב אויף אים, איז דאך א זיכערע זאך איני מבקש עבל לפי כוחו אז דאס הענגט אפ אן אים, אז בשעת ער וועט נאר ווילן וועט ער געפינען א געלעגנהייט אין דעם אופן המיוחד אליו ער זאל קענען אויפטאן אין נברא כל העולם כולו, אדער אליין אדער דורך א שליח אדער דורך בני ביתו, אדער אפילו אז די ביידע ענינים זיינען ניטא, איז דאך אבער בשעת מ'טוט א גוטע זאך איז דער אויבערשטער מפרסם, וויבאלד אז דאס איז א ציווי מצוה לפרסם אותו מצוה, איז דאך א זיכערע זאך אז מה שהוא מצוה לאחרים איז טוט דער אויבערשטער אליין איז אויך מפרסם אותו מצוה, איז דער אויבערשטער מפרסם זיין וואס ער האט אויפגעטאן אין זיין אופן, און כמדובר כמה פעמים, ס'איז גאר דא אזוינע ענינים וואס קיין אנדערער קען ניט אויפטאן, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו תורה ותן חלקנו בתורתך איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז דאס וואס נעמט זיך פון תורה, וואס בכללות איז דאס דער ענין המצוות, און נאכמער בכללות איז כל עניני העולם,

5וואס די גאנצע וועלט איז דאך באשאפן געווארן אסתכל באורייתא וברא עלמא איז דאך פארשטאנדיק, אז יעדער זאך וואס געפינט זיך אין וועלט האט דאס צו אים א שייכות, אז ער קען דארטן אויפטאן, אף על פי וואס ס'איז ווי דערמאנט חלקנו ער האט זיך זיין חלק, וואס דאס האט די ביידע אפטייטשן, אז דוקא ער קען דאס אויפטאן, און אן אנדער קען אים ניט פארבייטן, במילא קען מען ניט טראכטן און פארענטפערן זיך אז ס'איז דא כמה וכמה עסקנים, און ס'איז דא ששים ריבוא מישראל, וואס יעדערער איז דאך א שליח פון דעם אויבערשטן, במילא איז וואס דארף מען אנקומען אז ס'זאל זיין נאכמערער ווי ששים ריבוא, אז ער זאל נאך מוסיף זיין בזה? זאגט מען אבער, אז דער אויבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז פאר יעדער אידן איז די וועלט באשאפן געווארן אין אזא אופן אז סוף כל סוף קען ער אויפטאן אין אזא אופן אז ס'וועט זיין תורת אמת, וועט מען זען ווי אזוי דאס איז אן אמת, און ס'איז ריכטיק אז בשבילו ינברא העולם.

6און וויבאלד אז דא שטייט דער לשון העולם, ניט אן אנדער לשון, איז פארשטאנדיק אז אפילו ווי די ענינים געפינען זיך אין עולם אין וועלט, העלם והסתר, איז דאס אויך באשאפן געווארן דוקא בשבילו, אז ניט ער דארף ווארטן ביז וואנענט מ'וועט אים באווייזן עולמך תראה בחייך, נאר נאך פאר דערויף איז דא נאך אן עולם מחוץ לעולם, ניט נאר עולמך וואס דאס איז אויך מלשון עולם ס'איז אבער עולמך א מיוחד'דיקער עולם, ביז וואנענט אז דערנאך ווערט דאס נשתלשל מדרגא לדרגא, ביז וואנענט אז דאס קומט אראפ אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו, און אויך דארטן קען ער אויפטאן, אף על פי וואס ס'איז דאך ווי מ'זעט דאס בפועל איז דא חילוקים, חילוקים בנוגע צו אידן, ס'איז דא אזוינער וואס זיינע עיקר שליחות איז אויפטאן אליין בחלקו בעולם, און ס'איז דא אזא וואס עיקר

7ענינו איז דאך, אז ער זאל מעורר זיין כמה וכמה משפיעים, וכמה וכמה עסקנים, וכמה וכמה מפיצי תורה ומצוותי,' און ער זאל זיין דער וואס גיט אין זיי אריין נאכמערער חיות, און איז מוסיף א נקודה, אז זיי זאלן קענען אויפטאן נאך עפעס און נאך אן ענין, וביתר שאת וביתר עוז. און וואס די ביידע זאכן צוזאמען דארף מען האבן אויך אין וועלט וואס זי איז דאך באשאפן געווארן אויף ביידע אופנים, אז ס'איז דא א חלק אין וועלט וואס דארט איז דער עיקר הפעולה, דורך א פעולה באופן ישר ער טוט דירעקט אין וועלט, און ס'איז דא א טייל אין וועלט וואס דארט איז דער עיקר פעולה דוקא דורך דעם אופן פון עקיפין אז ער טוט לכאורה זאכן אנדערע, אדער גאר אינגאנצן אנדערע, וואס לכאורה האט דאס גאר קיין שייכות ניט צו דעם ענין חלק אין וועלט דארף ער אבער וויסן זיין, אז בשבילי נברא העולם זאגט דאס תורת אמת, במילא אז זי זאגט דאס, און אין א לשון פון הלכה מיינט מען דאס כל חלקי העולם, וכמדובר כמה פעמים, אז יעדער איד, ווער ער זאל זיין און ווי ער זאל זיין, און אן אונטערשייד

8ווי ער האלט פון זיך, אדער ווי אנדערע האלטן פון זיך, צי דאס איז דער גדול שבגדולים אדער דאס איז א קטן שבקטנים, איז דער גדול שבגדולים קען ניט זאגן אז פאר אים איז די זאך צוקליינט האבן צו-טאן מיט וועלט, מלשון העלם והסתר, ער דארף האבן צו-טאן דוקא מיט ענינים אין תורה, און דוקא אין ענינים פון פנימיות התורה, און אין פנימיות התורה עצמה דוקא לויט א הרתה וכו', ועל דרך זה א קטן שבקטנים קען אויך ניט זאגן אז ער האט צוטאן מערניט מיט דברים קטנים שבעולם, וואס דאס איז דאך בכלל די ענינים חומריים, אדער על כל פנים גשמיים, און דאס וואס ס'איז דא א גרויסע וועלט מיט גרויסע זאכן מיט גרויסע ענינים איז דאס האט אים דער אויבערשטער באשאפן, אז אין זיין דור און זיין מקום און זיין זמן זאל דאס געטאן ווערן דורך אנדערע, אדער געטאן געווארן דורך אנדערע פאר אים אדער דורך אנדערע נאכם. איז די תורה מגלה בזה און מבאר בזה, אז ניט נאר דאס קען זיין אזוי, נאר דאס איז חייב אדם לומר אז יעדערן איז מען מחייב, און באמת איז דאס ניט א חיוב נאר מער מתאים בזה איז דער לשון

9זכות, דאס איז פאר אים א גרויסער זכות, ווי דערמאנט פריער, אז את העולם נתן בלבם אז די גאנצע וועלט איז אריינגעגעבן געווארן בלב כל אחד והחת מישראל, סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, און נאך מערער דאס האט א קשר מיוחד אויך מיטן זמן פון יארצייט, וואס דעמאלט איז דאך כל פעולתו ועבודתו אשר עבד בו איז תית פועל מביא ישועות ופועל ישועות דקרב הארץ און ווי דערמאנט כמה פעמים דעם אפטייטש ביי דעם, אז דאס מיינט מען דקרב פון ארציות, וואס דאס איז קטן שבקטנות שבקטנות אין עניני העולם, און כולל אויך די גרעסטע זאכן אין וועלט, איז ניטא קיין זאך וואס דאס איז צו גרויס פאר א אידן, ווארום א איד איז גרעסער פון דעם גאנצן סדר השתלשלות, ואדרבא בשבילי נברא העולם מיטן גאנצן סדר השתלשלות.

10אופן, ביז וואנענט אז דאס נעמט-דורך די גשמיות פון דער הארץ, און אן דערויף הענגט אפ דער חיים פון דעם גאנצן מענטשן. ווי דערמאנט כמה פעמים, אז דער ראשי-תיבות מלך איז, אז דער מלך בא יעדער אידן איז דאס דער ראשי-תיבות פון מוח לב און כבוד, אז דורך די דריי ענינים דורך דעם ענין פון כבוד וואס דאס איז פארבונדן מיט אכילה ושתי' שלו, ובכללות מיט זיין ענינים גשמיים, ועל דרך זה דער לב שלו, פארבונדן מיט ענינים פון זיין רגש, און מיט שבעה מדות שלו. און על דרך זה אויך בנוגע צו מוח, וואס דאס איז די ג'מוחין שלו, האט ער אין דערויף די אלע ענינים זיינען אריינגעגעבן געווארן צו אים אין זיין הארץ פון יעדער אידן, און אריינגעגעבן כדי דאס זאל זיין א לעבעדיקע הארץ אין אלע פרטים, עד כדי כך, אז ווי מ'זעט בפשטות, אז בשעת די הארצן לעבעדיק ברוחניות פועל'ט דאס אויך, אז ס'זאל זיין

11נאכמער לעבעדיקייט אין די גשמיות פון דער הארץ. ועוד והוא העיקר, על דרך ווי מ'האט ערשט אפ געליינט בנוגע צו פרשה יתרו, אז דאס איז פארבונדן מיט די ווי אזוי דער אויבערשטער האט געגעבן תורה יעדער אידן און אלע אידן, און כל הנשמות זיינען געווען בשעת מתן תורה, באם בר סיני, און געהערט די גאנצע מתן אין דעם גאנצן ענין פון מתן תורה די מעשה מרכבה און די עשרת הדברות, און ווי אפגעטייטשט אין מדרש, אז אין די תר-כ'ף אותיות פון די עשרת הדברות זיינען נכלל די תי'ג'מצוות, און די ז'מצוות דרבנן, וואס צוזאמען איז דאס תר-כ'ף, און דאס ווערט דערנאך אויך נמשך אין פרטי ופרטי ופרטי פון יעדער מצוה און פון אלע מצוות, און דערפון ווערט צוזאמענגעשטעלט די עשרת הדברות, וואס זיי זיינען דאך די כללות פון כל התורה כולה, סיי פון תורה שבכתב און סיי פון תורה שבעל פה, וואס זי איז דאך אויך געגעבן געווארן אין שבת פרשה יתרו, כמדובר כמה פעמים, אז קוקול העלמא זאגן און ס'בלייבט אזוי דער דין, אז בשבת

12ניתנה תורה. און ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז בעיקר איז דאס פארבונדן מיט די שבתות, וואס דעמאלט איז די קריאות שבתורה פון דעם שבת איז דער ענין פון מתן תורה און די הכנות לזה און דער המשך לזה. וואס די הכנות לזה הויבט זיך אן פון יתרו, ווי דערמאנט כמה פעמים, און אויך אין די התוועדות שלפני זה, אז די הכנה ביי א אידן בכל עניני העולם איז, אז צום אלעם ערשטן איז ער מחליט, אז ער דארף וויסן זיין, אז ווי די וועלט שטייט, וואס זי שטייט שוין ה'אלפים תשנא שנה, און אין תשנא און אלף-דיקן יאר איז שוין דא כמה חדשים דארף ער וויסן זיין, אז ביי אים הויבט זיך אן א נייער סדר, און א נייער סדר השתלשלות, און די אלע ענינים שלפני זה ווערן זיי נתחדש באופן מאין ממש, ליש ממש, כמדובר כמה פעמים דער תורת הבעל שם טוב בזה. און דורך וואס טוט ער דאס? טוט ער דאס אויף צום אלעם ערשטן, דורך דערויף וואס ער איז מחליט אז דאס איז זיין שליחות און דאס איז זיין ענין, און דאס איז במילא איז פארשטאנדיק אז ער האט די אלע זאכן וואס ס'איז נויטיק דערצו אויף

13דאס דורכפירן בשלימות, און נאך מערער אלץ וואס איז נויטיק אויף דאס דורכפירן דוקא בשמחה ובטוב לבב, און אין שלימות עצמה אין תכלית השלימות. ועוד והוא העיקר, אז דערנאך קומט מען גלייך פון פרשה יתרו, גלייך אין די פרשיות שלאחרי זה, אנהויבנדיק וואס ס'הויבט זיך אן מיט דעם ענין פון בנין המשכן, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מקדש אדנ'כוננו ידיך איז דאך געווען רהתחלה בזה דער משכן וועגן וועלכן ס'רעדט זיך אין פרשה תרומה, ועל דרך זה אויך אין די פרשיות שלפני זה איז דאך אויך דא די פרשה פון ועולה המשפטים וואס מ'זאגט אויך אויף דערויף ועולה אז מראה באצבעי ואומר זה און מ'זאגט ועולה אז דאס איז א ענין וואס מ'איז מושבעי הגשמי, ווארום דאס רעדט זיך אויך וועגן דער גשמיות'דיקער וועלט, און אין אן אופן ווי דערציילט אין ואלו פרשה ואלו המשפטים בפשטות, רעדט זיך אויך אין פשוטו של מקרא, ודוקא בסיום וחותם הפרשה, רעדט זיך וועגן דער ענין פון מתן-תורה, און אויך אראפגעבראכט דער לשון הכתוב

14ווי יחזר את האלקים ויכלו וישטו. וואס דער פירוש בזה איז דאך, אז א איד איז מחליט אויף צו טאן ווי תורה וויל פון אים, איז דאך דעמאלט ווערט ויכלו וישטו אז דאס ווערט דער דם ובשר כבשרו, זיין גשמיות פארשטייט אין דעם, על אחת כמה וכמה זיין רוחניות, על אחת כמה וכמה זיין אמת'ע גשמיות, וואס דאס איז דאך ווי גשמיות וועט זיין לעתיד לבוא, וואס דאס איז דאך נאך העכער פון זיין רוחניות, ווי דערמאנט כמה פעמים אז לעתיד לבוא זאגט חסידות וועט די נשמה באקומען דעם חיות פון דעם גוף, וכמדובר כמה פעמים, ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט א הכנה קרובה, אז תיכף ומיד ממש האט יעדער איד און אלע אידן א געזונטן גוף און א שלימות'דיקן גוף, על דרך זה, ובכל-שכן וקל-וחומר א געזונטע נשמה און א שלימות'דיקע נשמה. ועוד ועיקר, אז ביידע זאכן צוזאמען, נשמה בגוף, ולא אורך ימים ושנים טובות, אריכות ימים ושנים, און אין אן אופן ווי ער טייטשט אפ אין תורה אור, אז יום שכולו ארוך איז דער טייטש, אז אין יעדער טאג, גלייך בא דעם ערשטן טאג, און נאך מערער אין דעם ערשטן טאג, אין דער ערשטער

15זעט ער גלייך ווי אזוי איז דאס אן ענין שכולו ארוך, אף על פי וואס ער טוט דאס אין א רגע כמימרא, טוט ער אבער דורך דערויף אויף, אז דאס זאל זיין שכולו ארוך, וואס תורת אמת'ע זאגט אז דאס איז ארוך, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'האט ניט קיין הגבלה, און וויפל ער האט בפועל קען מען ניט זאגן, אז דאס איז אינגאנצן, ווארום אויב ס'האט זיך שוין געענדיקט איז דאס ניט כולו א� ארוך ס'איז נאך געבליבן כמה וכמה אין וועלט וואס דאס האט ער נאך ניט דורכגענומען, במילא מוז דאס אפגעטייטשט ווערן שכולו ארוך אז ווי דערמאנט פריער אז העולם נתן בלבו אז ער האט די גאנצע וועלט אין זיין רשות, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז אינו מבקש אלא לפי כוחם, ומתוך שמחה וטוב לבב, איז יעדער איד און אלע אידן ובפרט אז מ'איז זיך מיישר מיט א צווייטן, אדער א פרוי מיט א פרוי, ועל דרך זה א קינד מיט א קינד, איז אט דעמאלט האט מען דעם כח הרבים, און קול כביר, האט מען אויך כמדובר די אלע פרטים, ווי ער איז מבאר אין קונטרס הוחלצו, וואס ס'ווערט אויפגעטאן דורך דערויף וואס מ'איז זיך מצטרף מיט נאך א אידן, אדער מיט מערערע אידן, ועל דרך זה ווי מ'האט זיך מצטרף

16געווען איצטער, און מ'נעמט אויך מיט די שליחות, אז יעדערער וועט קומען למקומו ובעתו, וועט ער דארטן מצרף זיין די אלע אידן וועלכע ער קען דערגרייכן, אז זיי זאלן אויך דורכגענומען ווערן דורך אלע ענינים פון יום ההילולא און דורך אלע ענינים פון דעם בעל ההילולא, און דורכגענומען ווערן אין אן אופן ווי די ביינדע נעמען זיינע, אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון יוסף לי הוי'בן אחר אויף דורכנעמען און אויפטו, ביז וואנענט אז ער וועט ניט צולאזן אז ס'זאל בלייבן אפילו אן אחר אין דער וועלט, וועלכע ס'איז ניט דורכגענומען געווארן, און דורכגענומען אין אזא אופן אז דאס ווערט דוקא ביז אין דער דרגא פון ביין, און ביין לשון יחיד, דער דרגא פון א בן יחיד, און אויך אין אן אופן פון יצחק, אז ער טוט דאס, כל אשר מאה יצחק לי אז ער טוט דאס מתוך שמחה וטוב לבב, און ווי דערמאנט כמה פעמים, בפרט אין די התוועדויות פון זמן האחרון, אז בקרוב ממש האט מען דעם קיום היעוד, אז אז ימלו תחוק פינו אז תיכף ומיד קומט די גאולה האמיתית והשלמה

17וואס דעמאלט איז ניט נאר ס'מעג זיין דער ימלא פיו שחוק פיו נאר ס'דארף זיין ימלא פיו שחוק און אין אן אופן אז דורך דערויף זאל אויך דורכגענומען ווערן די גאנצע וועלט וואס זי דא ווערט דאך באשאפן דורך דערויף וואס ער איז עוסק בפיו און די הן מוצאו שבפיו איז ער עוסק בכל הענינים וואס ס'איז באשאפן געווארן די וועלט, וויבאלד אז א אז א איד איז עוסק בתורה איז הקב'ה עוסק בתורה, בקורא ושונה כנגדו, באשאפט דער עולם די גאנצע וועלט נאכאמאל פון דאסניי, ובפרט נאך אז ער לערנט ווי מ'האט געלערנט אין דעם שבת שלפני זה, לערנט ער ווי אזוי ס'איז געווען דער ענין פון מתן תורה מיט אלע פרטים שבדבר, וואס דעמאלט איז דאך געווען א התחשפות אין דער גאנצער וועלט, און זי איז אויפגעבויט געווארן און באשאפן געווארן מלכתחילה אין א נייעם אופן, אין א תורה אופן, און ווי דערמאנט כמה פעמים אז תורה האט אויך אויפגעטאן אז ס'זאל זיין די מציאות פון וועלט, וואס ביז דעמאלט איז געווען ארץ ירא איז געווען דער ענין פון שקטה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ווען האט די וועלט אנגעהויבן

18עקזעסטירן, אף על פי וואס ס'איז דאך געווען לכאורה אין די שבעת ימי בראשית, וואס דעמאלט האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט ביז אין א יש האמיתי, איז דער עצם און אמיתית מציאות העולם איז געווען דוקא בשעת מתן תורה, ועל דרך זה בכל שנה ושנה ווען מ'לייענט אין תורה וועגן דעם ענין פון מתן תורה ווערט דאס נאכאמאל יביניך חדשים ווערט דאס נאכאמאל דערשאפן פון דאסניי, און אין א נייעם און באנייטן אופן, שלא בערך כלל, וויבאלד אז כל עניני קדושה דארף דאך זיין אלץ אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואין. ויהי רצון, אז אזוי זאל זיין תוקף ומיד ממש, זאל דאס יעדערער דערפילן, במילא וועט אויך זיין תוקף ומיד ממש, אז מ'וועט דאס זען בעיני בשר, ווי אזוי די גאנצע וועלט איז דא דארטן דער כח הפועל בנפעל, און נאכמערער דער כח הבורא, וואס דוקא הוא לודאי בכחו ויכולתו, אויף באשאפן כל עניני העולם, מעין

19אין אן אופן פון יש, ביז אין יש האמיתי און יש הנברא, ועוז והוא העיקר תיכף ומיד ממש.

20הצלחה, וכמוזכר לעיל, אז וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט זיין יום ההסתלקות, במילא איז דאך דאס דעמאלט פועל ישועות בקרב הארץ האט מען די אלע ענינים אין אן אופן פון ישועה על דרך ווי דער רמב זאגט, אז יעדער איד האט בכח אז דורך איין מעשה אדער איין דיבור אדער איין משבה ברענגט ער אז ישועה בכל העולם כולו ביז אין אן אופן אז ער איז מכריע אין דעם קו המשקלות, וואס דאס איז יראה עצמו שקול וכל העולם כולו שקול, חס ושלום צו זאגן אז עין האט מחצה זכיות און דער צווייטער מחצה פארקערט, נאר דער צווייטער מחצה איז ניט אין אזא אופן ווי דער ערשטער מחצה, במילא איז ווי בערך פון דער ערשטער מחצה איז קומט דאס ניט צו דעם אויפטו פון דעם ערשטן מחצה, במילא ווערט דאס אנגערופן אז דאס איז אן ענין פון איבות, אן ענין פון אויף א קרומטקייט, ער האט געקענט האבן ביידע האלבע וואס זאלן זיין אין אן אופן שוה, ועל דרך ווי מ'טייטשט אויך אפ אז שתי חצות כסף, אז שתי חצות צורות, אז א איד מיטן אויבערשטן כביכול,

21איז דאס ווי חצאי צורות, און ביידע צוזאמען שטעלן זיי אויף א חצצה, וואס א חצצה איז דאך ווי דערציילט אין פסוק קומט דאס און ברענגט צוזאמען בכל האופנים האפשריים, ווי דערציילט אין פסוק בפרטיות, אז סיי מ'האט געדארפט צוזאמענקלייבן דעם גאנצן קול, אדער א שבט אדער א חלק וכיוצא בזה, אן ענין פון מלחמה פון נפש אלקית, צו נפש הבהמית וכו'איז אויף דערויף געווען דער ענין פון די שתי חצה צאת כסף, שתי חצהי צורות. וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה צו חמשה עשר באב צו חמשה עשר בשבט, וואס דאס איז דאך דער ראש השנה לאילנות, אז האדם עץ השדה אז דאס איז יעדער איד און אלע אידן, אין זייער ענין איז, אז זיי זאלן אויפטאן בגלוי, ביז וואנענט אז דאס וואקסט אויס, און מראה בזבאי ואומר זה, אט איז דער ענין פון חיטה, וואס דאס איז מאכל אדם, די עבודה פון נפש האלקית, און אט איז דער ענין פון שעורה וואס דאס איז א מאכל בהמה, די עבודה פון נפש הבהמית, ועל דרך זה אויך די עבודה וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אן ענין של תענוג, וואס בכללות איז דאס די פינף ענינים

22וואס ווערן אויסגערעכנט דערנאך דער ענין פון גפן ושעורה ורימון ארץ שמן ודבש וואס דאס איז דבש תמרים, און ס'ווערט דערביי אויך דער ענין, כמוזכר לעיל, אף על פי וואס בקיצור, אז בקרוב ממש איז מראה באצבעו ואומר זה האט ער אויפגעטאן און ער קען באווייזן זה, אט דאס איז כלי ואנוהו אלקי אביו הרי ממנו, אז ניט נאר ער טוט אויף וואס דאס האט ער באקומען בירושה פון אלקי אביו הרי, וואס דארט איז אויך די הרי ממנו, נאר אויך כלי ער טוט אויף אליין, און טוט אויף אין אן אופן פון כלי, וואס כלי איז דאך פארבונדן מיט ענין הכחות, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון כלי, און ס'ווערט אויך ביידע ענינים צוזאמען און א התצירוף שניהם און דאס איז אויך דער צירוף פון שתי חצהי צורות, און אויך דער צירוף ווי דערמאנט פריער און ווי דערמאנט במיוחד אין די התוועדות שלפני זה, אז זיכער וועט מען ממשיך זיין אין מנהג ישראל אויף טועם זיין אדער עסן במשך פון דעם מעת-לעת, פון דרש השנה לאילנות, פון חיטה ושעורה וגפן ותאנה ורימון

23ארץ דית שמן ודבש כפי האפשרי. און ויהי רצון, אז פון דעם ענין זאל זיין בפשטות דער שבעה מינים שנשתפה בהם ארץ ישראל זאל דאס זיין אין ארץ ישראל כפשוטו, ווארום בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו און דורך די שליחות לצדקה וואס מ'גיט יעדערן איז דאס ממהר קומט תיכף ומיד ממש, געפינט מען דאך, וכמדובר לעיל, די אלע פרטים האמורים, אלס א קהל גדול, אלס אן איין און איינציקער מציאות, און מ'געפינט זיך ישובו הנה בארצנו הקדושה, און דארט אין ירושלים עיר הקודש, און מ'געפינט דארטן שתתפשט בכל ארץ ישראל כולה, ווי אזוי די גאנצע ארץ איז נשתפחא אין אלע שבעה מינים, עאכו'כמה אין אלע חמשה מינים, אננעמען דיק לאחד דעם ענין הכלליים, וואס זיי זיינען דער מחסירו אשר יחסרו חטיא ושעורה דער ענין פון תענוג ממש, און תענוג גשמי, אין וועלכן ס'איז אויך דא דער תענוג רוחני, וואס בכללות טיילט ער זיך אויך אויף פינף חלקים, ווי דערמאנט כמה פעמים,

24ועוד והוא עיקר, אז ס'קומט תיכף ומיד ממש, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו געפינט מען זיך אין דער ארץ שנשתפחה, אין די ז' מינים, און נאכמער בצמצום אין די חמשה מינים וואס זיי זיינען דוקא פארבונדן מיט הענוג און א הנאה,

25עולם, ד'אמות, אדער על כל פנים אמה אחת, אדער לאידך גיסט אן אמה אחת, און נאכמערער, ער האט אלע ד'אמות, וואס דאס איז דאך א גאנצער רשות און אן ארט אויף אויפשטעלן א בית נאמן, א בית של מילות חסדים און א בית של תורה און א בית של תפילה וכו.' און ס'ווערט דער חוט המשולש און נאכמערער דער מקדש אדנ' איז כוננו ידיך דער מקדש השלישי איז כוננו ידיך תיכף ומיד ממש, און דערנאך ממש דער הוי' ימלך לעולם ועד, געווארן די פארקען די פארקען די אלע אידן. דערנאך איז דאס אריינגיין, ביז דאס אריינגיין. געווארן בפועל, און דערנאך איז דאך אבער.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים