transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כמוזכר אויך פריער, און אויך ווי גערעדט שוין מערערע מאל, איז די זאכן וואס ווערן איבערגע'חזר'ט משנה לשנה, איז דאך דא אמאל וואס זיי זיינען פארבונדן מיט יום בשנה אדער יום בחודש אדער יום בשבוע,
¶2וואס דעמאלט איז אין די אנדערע אויב זיי זיינען פארבונדן לדוגמא מיט יום בחודש, קען זיין אבער שינויים משנה לשנה וועלכן טאג אין וואך דאס קומט אויס.
¶3ועד"ז אויך בהנוגע לקריאת התורה, וואס קריאת התורה ברובה ככולה איז דאך דאס דער ענין וואס ס'איז ניטא קיין ג' ”ימים בלא תורה” פרשת השבוע, איז דאס פארבונדן מיט שבוע ותיום בשבוע.
¶4נוסף אויף די קריאת התורה וואס איז פארבונדן מיט חד בחד, די פרשיות פון ימים טובים, מועדים ורגלים, ועד"ז אויך אין שבתים מיוחדים בנוגע צו הפטורה וכיוצא בזה.
¶5ניט קוקנדיק וואס ס'איז א שינוי בשאר הענינים, אבער די הפטורה בלייבט די זעלבע, מצד דערויף וואס דאס איז אויף פארבונדן מיט א קביעות גאר בשנה, ניט בשבוע, כמדובר בנוגע צו ”שבת תשובה” וכיו' בזה,
¶6בנוגע להפטרה, אבער בכלל איז קריאת התורה, כאמור, די קריאת פון ימים טובים, אבער עיקר קריאת התורה איז דאך פארבונדן מיט פרשת השבוע, וואס דאס איז נאך גלייך ווי ס'איז נאך געווען במדבר,
¶7בשעת משה רבינו איז היסקין להם אז ס'זאל ניט זיין קיין ”שלשה ימים בלי תורה”, וואס דעמאלט איז שוין געווארן די תקנה פון קריאה ”בתורה בציבור בשבת” וביום שני וחמישי.
¶8וואס דער חיכוף חשון בשנה זו איז דאך אויך אין יום הקריאה, בחמישי בשבוע וואס אין דערויף גופא קען דאך אויך זיין חילוקים אין וועלכע פרשה בתורה דאס איז,
¶9איז דאס חמישי פון פרשת 'חיי שרה', וואס איז פארבונדן מיט תורה פון דעם אלטן רבי'ן, והוראתו, אויף לעבן מיט דער צייט, מיט דער חלק פרשת השבוע וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג במיוחד, פון חמישי ביז ששי.
¶10וואס אין דערויף, כאמור, ס'איז אלעמאל כ' חשון מצד קביעות בשנה ובחודש, איז דאס כלשונו כשמו עשרים יום בחודש חשון, אדער בחודש מר חשון, אין דערויף גופא איז דא שינויים, וואס אויך דער שינוי איז על פי תורה,
¶11במילא האט ער אין זיך א תורה והוראה, ביז אין מעשה ואדרבא, מעשה הוא העיקר.
¶12וואס ס'קומט צו אויך א הוראה, נוסף אויף די הוראות כלליים פון יעדער כ' חשון די הוראה וואס קומט צו מצד דערויף וואס דאס איז שנת העיבור, כמוזכר לעיל, און אין עיבור גופא א עיבור פון א שנה שנת העיבור שלימה,
¶13דערנאך קומט אויך צו א הוראה מצד דערויף וואס דאס איז אין פרשה פון 'חיי שרה', און אין דערויף גופא אין חלק הפרשה פון חמישי ביז ששי.
¶14וואס דארט איז דאך דא א ריבוי ענינים וואס אלע האבן א שייכות צו דעם טאג, וואס פון די אלע קען מען דאך אויסקלייבן ”תן לחכם ויחכם עוד” יעדער לפון שיעורא דילי
¶15וויבאלד אבער בהמשך וואס מ'האט גערעדט באין אויפטו פון חודש חשון לגבי חודש תשרי, וואס דעמאלט הויבט זיך אן די התחלה פון ”ויעקב הלוך לדרכו”,
¶16לדרכו פון יעקב, אף על פי וואס ישראל איז דאך על שם המעלה לגבי יעקב, שריתם אלקים ואנשים, יעקב איז על שם וואס ”ידו יחזת בעקב”, און אין וועלכן נקף,
¶17אעפ' כן זאגט מען אז ער גייט לדרכו של יעקב און דאס איז דער אויפטו פון חודש חשון לגבי החודש שקדם לו.
¶18וואס תשרי איז אותיות ראשית, וואס בכתוב שטייט דאס חסר אליף, וואס ראשית איז דער זעלבער שורש און תוכן פון ראש, וואס דאס איז דער שם ישראל אותיות 'לי ראש' כמבואר בכמה מקומות.
¶19דערנאך קומט צו, אז בשעת מ'גייט ארויס פון חודש הראש, אט דעמאלט גייט מען אריין אין ויעקב הלך לדקא, פארבונדן מיט עוקר.
¶20וואס וואס איז דאס בפשטות?
¶21אין הנהגת פון א אידן וואס ”אני נבראתי לשמש את” קוניד ווערט דאך פאנאנדערגעטיילט דער שימוש אין צוויי סוגים, על ידי 'לימוד התורה', ועל ידי 'קיום המצוות', כולל אויך מצות תפילה,
¶22וואס דער 'לימוד התורה' איז פארבונדן מיטן ראש שבאדם, דערנאך איז דא דער 'קיום המצוות', וואס דאס קומט ערשט ארויס דורך תורה,
¶23און ניט סתם תורה נאר גדלות שבתורה, וואס ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה” עשיית המצוות, און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, ווי אזוי ווייס מען ווי אזוי צו מקיים זיין א מצוה?
¶24דורך דערויף וואס מ'לערנט פריער תורה, און ניט סתם געלערנט אין תורה שבכתב, קען מען ניט וויסן די הלכה במעשה בפועל, ווי דער אלטער רבי איז מאריך בביאורו אין אגרת הקודש שלו,
¶25ווי אזוי קומט מען אויף ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא”?
¶26אז ס'איז דא דער גדול לימוד וואס אט דעמאלט ווערט דאס ”מביא לידי מעשה”.
¶27וואס דאס איז דער כללות החילוק, אז חודש תשרי איז אן ענינים של ראש, לכל לראש דער ענין התורה, וכמדובר בארוכה אין די התוועדות פון חודש תשרי, אז אין ”מצות היום בשופר” פון ראש השנה,
¶28זאגט דאך ר' פסדיא גאון, אז דאס איז פארבונדן מיטן קול שופר פון מתן תורה, ווי מ'זאגט דאס אויך אין א ברכה פון מוספים של ראש השנה דוקא,
¶29אז ”בקול שופר עליהם” נגלותיו ווען איז דאס געווען?
¶30בא מתן תורה. און דערנאך גייט מען אריין ”אין אדם חורש אדם זורע”, וואס דאס איז א סתירה צו תורה מעט ה' עלה,
¶31וואס ווען הויבט זיך דאס אן? איז דאס פארבונדן מיט גשמים, וואס דעמאלט איז דא דער ”חרישה וזריע, וחרישה” וזריע טוען אויף פעולתם, וואס ווען הויבט זיך אן דער זמן הגשמים?
¶32איז פועל"ט מען פועל"ט מען דאס אויף, טאקע בחודש תשרי אין בקשת גשמים, אבער אין חודש תשרי עצמו, קרוב לסיומו, און די גשמים בפועל הויבן זיך אן אין חודש חשון,
¶33און אין חודש חשון גופא, בשעת ס'גייט דורך א גאנצע וואך לאחרי תשרו, און מ'קומט צו זיין בחשון וואס דעמאלט זאגט די גמרא הויבט זיך אן די אונס הגשמים.
¶34וואס דא קומט צו אויך א מאמר המוסגר וואס מ'האט גערעדט במעלות פון שבעה בחשון, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה, איז דא נאך א מעלה וואס שטייט פארשטאנדיק גאר פון א שח אין הלכות נדרים,
¶35וואס ער פארבינדט דארטן שבעה בחשון מיטן ענין פון גשמים, און דעם ענין פון בהב,
¶36ווי ער זאגט דארטן, אז אין עומדים בנוגע פוסקים פון בהב בסיידן אז ס'איז דא ז' בחשון, ווי מ'מצא דאך דארטן דעם פירוש שבדבר, אבער עכ"פ ער זאגט א קלארע זאך אז באהבה איז פארבונדן מיט ז' בחשון, וואס דא קומט צו א דבר נפלא בנוגע צו שבעה בחשון,
¶37מ'האט זיך אלץ גערעדט אז שבעה בחשון פירט אויס בפועל אט דאס וואס מ'האט מחליט געווען אין חודש תשרו בהנוגע צו חרישי זריעו און ”כל מעשיך לשם שמים” ו”בכל דרכיך דוהו”, ובלשון הגמרא ”הרבה עשו כרבי ישמעאל ועלתה” בידם, וואס דאס איז די 'תורה על הרוב תדבר', הנהגת רוב ישראל.
¶38אט דער שייך איז מוסיף א נקודה נפלאה, אז ז' חשון איז פארבונדן מיטן ענין פון בהב.
¶39וואס איז דער ענין פון בהב?
¶40בהבא איז א ענין וואס ער איז משלים, תאמער האט געפעלט אין חודש תשרי קומט דערנאך צוגיין בהבא וליחטו בני, און דורך בהבא איז מען דאס משלים,
¶41און משלים אין אן אופן אז ס'ווערט אן עת רצון, ווי דער אלטער רבי איז מבאר, אז דער עיקר ענין התענות איז ניט ח' ושלום מאטערן א אידן, נאר ס'זאל ווערן אן עת רצון למעלה און אן עת רצון למטה, ביז כפשוטה 'למטה מטה' שאין תחתון למטה הימנו.
¶42וואס דא זעט מען א חידוש, אז שבעה בחשון, אט דעמאלט קומט צו ניט נאר אויף מכאן ולהבא, נאר ס'ווערט אויך נשלם, ביז אין דעם אפטייטש פון נשלם ניט נאר מילוי החסרון, נאר אויך דער ענין השלימות, אז אולי חטא בני,
¶43און ווי חידות טייטשט דאס אפ חטא מלשון חסרון בשעת ס'רעדט זיך וועגן א יחטא כפשוטו שרייט דער זייער תווהא ווי אזוי קען זיין א נפש מישראל זאל האבן א שייכות מיט א חטא ועבן,
¶44נאר דער טייטש פון יחטא איז אז אפשר האט געפערט אין זיין שלימות, ואדרבא אז ער האט משלים געווען חודש תשרי אט דעמאלט ערשט כאפט ער זיך ווי אזוי עס האט געקענט זיין זיין שלימות אין די ימים שלפני זה.
¶45און ווי חסידות איז מבאר אויך די מאמרים פון בעל יום ההולדת דער טעם, פארוואס זאגט מען תחנון דוקא נאך דערויף ווי מ'איז דערגרייכט צו 'תכלית השלימות' אין עבודת השם.
¶46לכאורה דארף מען זאגן תחנון קודם התחלת העבודה, על כל פנים באמצע העבודה, בשעת ער האט געדאוונט דעם גאנצן דאוונען, און איז געגאנגען אין די אלע דרגות שבתפילה, אנהויבנדיק פון 'הודו להוי'' קירוב ושמו און פסוקי דזמר און ברכת קריאת-שמע און קריאת-שמע,
¶47און איז דערגרייכט צו עבדא קמי ”מרי ביטול במציאות אין” עבודת התפילה, עבודת העמידה.
¶48און וואס איז דער ענין פון א מדה ער איז א ”בטל במציאות”, און דעמאלט זאגט מען אט דעמאלט ערשט דארף ער זאגן תחמן, חטאנו איז דאך חסידות מבאר, אז ווען קען מען וויסן אז מטת המצב, צי האט ביי אים עפעס געפעלט צי ניט, איז כל זמן ער איז נאך עפעס וואס א מציאות פאר זיך,
¶49קען זיין ”דרך איש ישב בעיניו”, אעפ", וואס דאס איז ניט אינגאנצן ”ישר בעיני” אחרים, איז בעיני א שולחן ערוך, אדער אפילו אין שולחן ערוך, ווי די הנהגה איז ”עפי שורת הדין”,
¶50וואס ווי ס'זאל זיין ירושלים בבנינה דארף זיין דוקא לפני משורת הדין.
¶51בשעת ער דערגרייכט צו ביטולה במציאות, ”כעבדא קמי מרי,"” וואס דאס איז דער מעמד ומצב פון חלק העמידה שבתפילה,
¶52ביז ווי די הלכה בפועל, אז דוקא דעמאלט איז דער ענין פון עמידה דוקא אין שמונה עשרה אדער אין תפילת העמידה בשבת ויו".
¶53איז אט דעמאלט קען ער ערשט אפשאצן, און דעמאלט קען ער ממלא זיין די אלע חטאים וחסרונות, וואס לולי זיי וואלט ער גאר ניט געוואוסט דערפון.
¶54דערנאך איז מען מוסיף נאך אן ענין בזה, אז ניט נאר ער וואלט ניט געוואוסט דערפון און דער ענין איז אבער דא ס'קען זיין נאך א העכערע מציאות, אז לויט זיין מעמד ומצב, בשעת ער זאגט קריאת-שמע איז דאס גאר ניט קיין חטא וחסרון.
¶55ווען ווערט דאס א חסרון?
¶56בשעת ער קומט צו א העכערע דרגא, וואס ער שטייט ”כעבדא קמי מרי” אט דעמאלט איז דאס בא אים א חסרון, אבער לפני זה איז דאס ניט געווען קיין חסרון.
¶57בדוגמא ווי מ'געפינט דאס בא צדקה כפשוטה, אז ס'דארף דאך זיין לפי יכולת הנותן, במילא אז בא אים קומט צו מערער, דארף ער מוסיף זיין אין נתינותיו של צדקה צי דאס איז מאסר אדער בהידור חומש,
¶58ווארום בא אים איז צוגעקומען מערער, אין כרן מוז צוקומען במאסר אדער אין דעם חומש, עד"ז אויך אין דעם מעמד ומצב הרוחני,
¶59ובלשון פון דעם אלטן רבי'ן אין ספר תניא קדישא, אז ”עיקר התשובה בלב”, און דערפאר קען זיין ”כל ימיו בתשובה” כלשון ההלכה אין גמרא,
¶60וואס לכאורה איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק, ווי אזוי קען מען זאגן ”כל ימיו בתשובה” וואס דאס מיינט מען דאך א תשובה לויט ”תורת אמת”, איז וויבאלד אז ער איז געשטאנען א טאג אין אן אופן של תשובה, און א תשובה אמיתית, האט ער ניט אויף וואס תשובה צו טאן אויף מארגן,
¶61און מ'זאגט אז ס'קומט מארגן אט דעמאלט דארף ער זיין ווייטער אין דעם מעמד ומצב פון תשובה, ער האט שוין תשובה געטאן, און יעיד עליו יודע תלומות, ווי דער רמב"ם זאגט, ”שלא ישוב עוד לכסלם” וואס דאס איז דער 'ענין התשובה', ווער זאגט אויף אים דער עדות?
¶62יודע תלומו איז דער אויבערשטער אליין.
¶63ביחד עם זה זאגט מען, ער איז צוגעקומען קומט צו א נייער טאג דארף ער ווייטער תשובה טאן, ווי דער אלטער רבי פארענטפערט דאס דרך אגב על ידי לשונו הזהב, אז ”עיקר התשובה בלב” וויבאלד דער מעמד ומצב הלב איז צוגעקומען אין דערויף אט דעמאלט איז די תשובה וואס ער האט געטאן א טאג פאר דעם איז ניט מספיק,
¶64במילא דארף ער ווייטער תשובה טאן, אע"פ וואס דאס איז לכאורה ער טוט תשובה אויף א ענין וואס נתכפר לו, דורך די תשובה פון אשמול, און ניט נאר נתכפר לו אז י' מזכירין לו ”דבר ולא חציא דבר” כלשון אין אגרת התשובה,
¶65נאר ס'איז געווען א תשובה שלימה, אז נעשה רציא ”לפני הקב"ה וחביב” מיטן גאנצן שטורעם פון דעם מעלה פון א בעל תשובה.
¶66בשעת ס'קומט אבער צו נאך א טאג, אין יום שלפניו איז דא כל ימיו נאך א טאג, דארף ער ווייטער תשובה טאן, ווארום אז ס'איז צוגעקומען א טאג בגשמיות איז דאס צוגעקומען לאור יום, איז זיין אור ומעמד ומצב הרוחני,
¶67איז וויבאלד אז זיין לב איז געווארן גרעסער און ליכטיקער, און ניט נאר דארט איז אויך דא תשובה, נאר ”עיקר התשובה בלב” איז ”כל ימיו בתשובה”.
¶68וואס עד"ז איז אויך בנוגע לעניננו.
¶69ובהנוגע לנקודה האמורה, אז ס'קומט צו דער ענין פון ”ויעקב הלך לדרכו”, וואס דאס הויבט זיך אן, כאמור, ווען ס'שטייט אין א דרגא פון יעקב, ניט פון ישראל 'לי ראש', ווי בחודש תשרי אותיות ראשית, בחודש חשון, וואס דעמאלט הויבט זיך אן דער ”הרבה עשו כרבי ישמעאל” לדרכו, פון חורש וזורע,
¶70איז אט דעמאלט קומט צו דער חידוש, אז מ'קען נאך ממלא זיין בשלימות וואס ס'האט געקענט זיין אין תשעי, וואס ווען ווייס ער אמיתית המעמד ומצב פון די שלימות?
¶71דער ענין ווען ער קומט שוין ארויס פון גאנץ תשעי און גייט אריין אויך צו די שלימות וואס חשון גיט אים, וואס אט דעמאלט איז דא דער ענין פון בהר.
¶72וכמדובר, דער ענין בפשטות, אז מ'זאגט ”כל ימיו בתשובה” זאגט מען ניט, אז ער טוט מארגן תשובה אויף אן אנדער זאך, נאר כמבואר במפורש, ס'איז די תשובה אויף די זעלבע זאך, אבער לפי מעמדו ומצבו אין א דרגא רוחניות יותר,
¶73איז אט דעמאלט דארף ער תשובה טאן אויף א זאך וואס פריער איז דאס ביי אים קיין חטא ניט געווען.
¶74וויבאלד אז דאס האט א פעולה נמשכת, די מעשה שלא לפני זה אויך איצטער.
¶75וואס דאס איז דאך דער ביאור, עכ"פ בדרך אפשר, וואס ער טוט אויף בשעת ער שטייט אויף מארגן אין אן אנדער מעמד ומצב, וואס דאס איז משנה די הערכה די אפשאצונג פון זיין מעשה וואס ער האט געטאן נעכטן.
¶76נעכטן איז ערשט ניט געווען אין דעם מעמד ומצב פון היינט, אעפ' כן זאגט מען אז ער דארף תשובה טאן אויף א מעשה שקדם לו.
¶77וואס דאס איז דער דרך אפשר, עכ"פ דער ביאור, דאס האט א פעולה נמשכת, ביז דער ענין ווי ער איז כפשוטו, ווען ער וואלט דעמאלט געשטאנען אין א דרגא נעלות יותר,
¶78איז אט דעמאלט וואלט ער געווען דער ”ילכו מחיל אל חיל” אז מ'קומט פון א גרעסערן חיל קומט מען אל חיל צו א גרעסערן אל חיל.
¶79און דערנאך הויבט זיך אן די שטעלע, וואו שטייט דאס בנגלה?
¶80זאגט דאס די גמרא בפירוש, אז ”מאן דמחוי במחוג קמי מלכא” איז דער עונש זיינער העדר החיות, עונש הכי חמור, במה דברים אמורים?
¶81ווען ער שטייט ”קמי מלכא, בשעת” אבער ער געפינט זיך מחוץ להיכל המלך, אט דעמאלט דוקא ניט נאר ער דארף זיין מחוי במחוג אט דאס איז זיין תפקיד און די שליחות ער זאל אנפירן מיט די עניני ”המדינה ובני המדינה” כשלוחו של מלך, אבער דוקא אנפירן ביז אין אן אופן שלא בערך מערער פון מחוי במחוג.
¶82בשעת אבער ער שטייט קמי מלכא, כמדובר לעיל, ווי אין דער דוגמא פון תפילת העמידה אט דעמאלט איז מחוי במחוג איז ניט סתם א חסרון, נאר דאס ווערט א ענין וואס כבה האט דעם עונש הכי חמל.
¶83דערפאר איז אויך, וויבאלד אז מ'זאגט אז חודש חשון איז חידוש שלו, אז תמורת זה וואס אין תשעה איז ער געווען אין א דרגא פון ראש, איז דא ווערט מר חשון פון טיפה כמרמד לי ניט נאר ס'איז ניט די מציאות פון ראש, נאר ס'איז געבליבן מערניט ווי אין טיפה איין נקודה.
¶84אט ס'איז אבער אט די טיפה ווערט א מרמיד לי א טיפת גשמים וואס ס'ווערט כמעיין המתגבר, און ס'איז חורש וזורע ”ומלא בפני תבל תנובה”.
¶85וואס דערפאר אז מ'זוכט אין די פסוקים פון דעם שיעור פון יום החמישי פון פרשה 'חיי שרה' געפינט מען א פסוק מפורש, אז בשעת מ'גייט בשליחותו של אברהם אבינו,
¶86אע' פי וואס מ'געפינט זיך אין חרם, ”חרון אף של עולם” איז שוין נאך גייענדיק, נאך איידער מ'האט עפעס אנגעהויבן טאן, האט זאגט ”אליעזר עבד אברהם” וואס ער זאגט ”עבד אברהם אנכי”,
¶87זאגט ער אז ”הוי' הצליח דרכי” אז נאך גייענדיק אין חרם איז שוין דארט געווען הצלחה רבה, און בכלל דער ענין פון הצלחה איז, ווי חסידות טייטשט אפ, אז דאס איז אן ענין שלא בערך.
¶88ס'איז דא אן ענין וואס בשעת יגעת דערגרייכט מען כפי מדת היגיעה, דערנאך איז דא דער ענין וואס דורך ווי ער גייט לדרכו ווי ס'דארף צו זיין איז אט דעמאלט ווערט הצליח דרכו,
¶89און ניט נאר פון שם אלקים נאר ו”הוי' יצליח דרכו” פון 'שם הוי' וואס ער איז למעלה ממדידה והגבלה, און ער איז ממשיך הצלחה אין דעם דרך.
¶90וואס דאס קומט אויך צו א הוראה נוספת בשנה זו, על מנת מ'זאל דערפון אפלערן על שאר השנים, אז בשעת מ'נעמט אן די החלטה
¶91בתוקף, וואס די יודע תלומו זעט אז דאס איז א תוקף וואס ס'איז אראפ אין מעשה, ווערט שוין אין התחלת ”הליכות בדרך” ווערט שוין א הצלחה בזה, און די הצלחה קומט ניט נאר פון שם אלקים, נאר די הצלחה קומט פון ו”הוי' יצליח דרכו”.
¶92בפלט נאך לויט דעם רמז וואס רש"י ברענגט דאס אויך אראפ, אז בשעת ס'שטייט והוי' מיט תוספת וואב, קומט דאס אויך אראפ בהסכם פון בית דינו האט מען שוין דעמאלט אז דער בית דין שלמעלה איז ניט נאר ניט מעכב, נאר ער איז אויך מוסיף אין די הצלחה שבדרכו.
¶93ביז ווי די אפטייטשן בפשטות ובמעשה בפועל, אז איצטער הענגט דאס אפ במיוחד אין א יום זכאי ווי יום ההולדת, וואס גובר מזלו, אז אויב מ'וועט אננעמען די החלטה גמורה,
¶94אז מ'לאזט זיך גיין אין דעם וועג, ווי אנגעוויזן הורנו בדרכיו על ידי בעל יום ההולדת ובני נשיא דורנו ממלאי מקומו,
¶95הורנו מדרכיו און דאס איז געווארן דערנאך האט ער מחליט געווען דער יעקב שב דער זה, עאכו' כמה די וואס זיינען גרעסער נאך דערפון, אז מ'לאזט זיך גיין אין דעם וועג, אבער דאס ווערט ניט נאר דרכיו, נאר דאס ווערט דרכו של יעקב איז ”תורת אמת” מבטיח,
¶96אז ניט נאר ס'וועט זיין און מ'וועט דורכפירן די החלטות טובות, נאר ס'וועט זיין אין אן אופן של הצלחה, אין אן אופן של הצלחה, וואס ס'איז למעלה מכל מדידה והגבלה, און ממעלה מעלה מכל הסתר והעלם, ווי דער שם ”הוי' לגבי שם” אלקים,
¶97ביז אין אן אופן פון ”הי' לאלפי רבבה”, און אויך דער ענין פון אתכפיא און אתהפכא ויראת ”זרעך את שער כו” גומר, אז ס'וועט זיין דער ענין דורך אתכפיא גלייך צו אתהפכא,
¶98ביז צו ”את רוח הטומאה אויר מן הארץ”, און נאך מערער אז ס'וועט זיין ”בכל לבבך בשני יצריך” אז ס'וועט ווערן בדוגמא ווי ס'איז געווען קודם החטא ”שמש גדול”,
¶99דער נחש, און דערנאך וועט דאס ווערן והשבת יחי' רעו מן הארץ ווי דער צווייטער אפטייטש פון דעם והשבתים אז משתמשים בהם 'ונער קטן' נועג בהם, ובמהרה בימינו ממש, בגאולה האמיתית והשלימה, עי' משיח צדקנו.
¶100לחיים.