English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

3 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דאס איז דאך א טאג וואס איז פארבונדן מיט ספרים, במילא איז אויך איצטער די צייט נאכאמאל דערמאנען, אז דער ענין פון ספרים איז ווי מבואר אין פוסקים, בפרט פון דעם ראש וכיוצא בזה, און ווי שוין אמאל גערעדט בארוכה, איז דאס פארבונדן מיט דער מצות-עשה מן התורה פון מצות כתיבה פון א ספר-תורה, וואס ס'האט נאך אויך אין זיך די מעלה, מצוה וואס דאס איז די לעצטע, אדערפאר די לעצטע, מצוה פון די תרי'מצוות בספר התורה, וואס אויך דער סדר אין תורה איז דאך אויך בדיוק ובתכלית הדיוק, ובפרט אט די ענינים וואס זיי שטייען גאר בראש אדער גאר בסוף, ובפרט נאך אז ס'איז דאך אויך דא א דעה, אז דאס איז גאר די לעצטע מצוה פון די תרי'מצוות בספר התורה. איז אויך אויסטער, ווי יעדער זאך פארבינדט מען זיך מיט אן ענין של צדקה, אויך אויף מורא זיין און אן ענין של חידוש, קיינמאל ניט געטאן אזא ווי א זאך אויף משתתף זיין זיך דורך געבן א דאלאר צו יעדערן וואס וועט וועלן נאר נעמען, ער זאל דערפון איז נוצן איין דאלער אויף צדקה, כרגיל וכרגיל, און דערנאך דער חידוש שביום זה, פארבונדן מיט אן ענין אדער פון קויפן נייע ספרים אדער פאריכטן אלטע ספרים, אדער געבן דעם דאלער א צווייטן אידן, אז א צווייטער איד זאל איצטנוצן דאס אויף דער מצוה האמורה, וואס כאמור איז לדעת כמה פוסקים אויך בכלל פון דער מצות-עשה מן התורה, און אפילו אז דאס האט א תוקף מערניט ווי פון דברי סופרים, איז דאך דאס אויך חביבין דברי סופרים און חמורים דברי סופרים וכו כמדובר כמה פעמים, ובפרט לאחרונה, ובפרט נאך אז מ'האלט דאך אין א יאר וואס דאס איז א שנת העיבור און א שנה תמימה, מיט די אלע ענינים האמורים

2קומט אויך בהמשך צו שמח ותשמח, און א הקהל, וואס אין דערויף אויך בנוגע צו ספרים האט מען זיך איינגעפירט לאחרונה, אז ס'איז אויך בהקהל סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף האבן דאך יעדערע אייגענע ספרים, מיטן גאנצן די שטארקייט און דעם נועם וואס ס'גיט-צו בחייהם, אז אויך האבן בחייהם ניט נאר ענינים של לחם לחיל ובגד ללבוש, נאר אויך פון ספרי קודש. ובפרט אז מ'פארבינדט זיך נאך, אז דאס גופא, אז ס'האט ביידע ענינים, סיי אן ענין פון וואס יש לומר אז דאס איז א מצות-עשה מן התורה, סיי אן ענין וואס יש לומר אז דאס איז אן ענין פון דברי מצוה מדברי סופרים האט דאך דאס ביידע זאכן און ביידע מעלות שבדבר. און יהי רצון, אז דאס זאל גלייך אראפברענגען, כמדובר כמה פעמים, אז מ'וועט האבן כמצות רצונך אויך אין דעם ענין, ווארום ס'וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין כל העולם כולו בתכלית השלימות, במילא אף על פי כן וועט זיך אויך זיכער זיין דער ענין פון כתיבת ספר-תורה, במילא אויך דער פירוש שבדבר, דער דברות סופרים שבדבר, פון האבן אויך אנדערע ספרים, ניט קיין ספרי-תורה, האבן אין זיי און לערנען אין זיי וכו'כמדובר בארוכה. און די אלע ענינים זאלן נאכמער מוסיף זיין אין מעשינו ועבודתינו, והוא העיקר, אז מ'האט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און מ'נעמט מיט, וויבאלד אז כתפו מוז הבה מיט אים, על אחת כמה וכמה די אלע ספרים און די אלע כתבים, וואס דאס האט דאך אויך א תוקף פון ענינים של ספרים, בפרט נאך אז דאס איז נאך אויך פארבונדן מיט פנימיות התורה, כמדובר כמה פעמים, און ס'איז זיך איינגעפירט שוין געווארן, אז מ'איז זיך אויך משתדל האבן פון פנימיות התורה אויך אין אן אופן ניט נאר געדענקען אויף אויסווייניק, נאר אויך האבן דאס אדער אין אן אופן פון הכתב,

3אדער אין אן אופן פון דפוס, אדער אין אן אופן פון כמה ספרים. און יהי רצון, אז כמדובר כמה פעמים פון די רעדן אין די אלע ענינים ובחוץ-לארץ זאל מען ממשיך זיין בארצנו הקדושה, בארץ אשר תמיד אין הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, און זייענדיק דארטן בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו און דארטן גופא אין ארץ הקודש, און דארטן גופא אין ירושלים עיר קודש, און דארטן גופא אין דעם הר הבית, וואס דארט איז דאך אויך דא דער ענין פון די לוחות הברית, וואס דאס איז דאך אויך על דרך פון ספרים, און נאך העכער פון ספרים, און על דרך זה אויך האט דאך אויך געווען א ספר תורה בצידו פון דעם ספר תורה בצידו פון דעם ארון קודש וואס איז געווען אין הקדשים, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, כמדובר כמה פעמים, אז מ'רעדט ממשיך אין די אלע ענינים בארצנו הקדושה, מירושלים עיר הקודש ובקודש הקדשים, צוזאמען מיט די לוחות הברית און צוזאמען מיט די ספר תורה שמצידות של ארון הברית, אדער בפנימיות פון ארון הברית, ווי די ביידע דיעות בזה, און בקרוב ממש, ולא עיכבן אפילו כהרף עין.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים