פסקה
פסקה rh-tqrnpbj7
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-btthne6n
- order
- EJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ווי אויך די אנווייזונג וואס יעדער איד, און זיי פועל'ן אזוי אויך אין דער גאנצער וועלט, אז די וועלט זאל אלץ גיין מדרגא לדרגא, פון איין שטופה דינען דעם אויבערשטן צו נאך א העכערע שטופה, וואס דאס ווערט ווי געזאגט די צוגרייטונג און די שנעלע צוגרייטונג, אז מ'זאל גאר בקרוב ממש קומען צו דער צייט, וואס ווי זאגט פריער, אז מ'וועט דערקענען אין די אלע פעולות אין דער וועלט סיי ביי אידן און סיי ביי ניט-אידן, ווי אזוי דאס איז א וועלט באשאפן פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דער מקור פון וואנענט ס'ווערט נשפע צדקה וחסד ואהבה ורחמים בכל העולם כולו, איז דאך פארשטאנדיק, אז די וועלט, ניט נאר זי שטערט ניט, אויף דורכצופירן דאס, ווי ס'איז דא אזוינע וואס טענה'ן, אז מ'דארף מלחמה האבן מיט דער וועלט זאגט תורה, אז מ'דארף פארקערט, מ'דארף אויסנוצן די גוטע זאכן וואס ס'איז דא אין דער וועלט, וואס ס'איז דא א המון פון גוטע זאכן אין וועלט, ווארום זיי זיינען דאך באשאפן געווארן דורך דעם מקור פון טוב וצדקה און חסד, און דורך דערויף וועט אנקומען גאר לייכט אויף בא�
- proofread
- 0