Paragraph
Paragraph rh-tkdpc6b5
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- bj
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און זי הויבט זיך אן מיטן ערשטן פסוק פון ויקהל און ענדיקט זיך מיטן לעצטן פסוק פון פקודו. וואס ויקהל איז דאך דא איינפאכער אפטייטש, אז מ'קלייבט צוזאמען, און ווי דער פסוק איז דערנאך ממשיך, מ'קלייבט צוזאמען אלע אידן ווי ס'איז געווען אין יענעם דור, אים דור פון משה רבינו, און אזוי האבן דאס אויך איבערגעגעבן די תלמידים פון משה רבינו, ביז אנשי כנסת הגדולה און דערנאך די וואס זיינען ממשיך תורה און מפיץ תורה אין דעם גאנצן דור, האבן זיי דאס איבערגעגעבן, אז אלע אידן דארפן זיך פאראיינציקן צווישן זיך ביז וואנענט אז ס'וועט זיין ווי איין און איינציקע משפחה, און מ'זאל ניט מורא האבן, אז דורך דערויף וואס מ'מישט זיך צוזאמען מיט מערערע מענטשן, ווערט פארלארן די חשיבות און די שטארקייט פון יעדערן פאר זיך אלס יחיד זאגט מען גלייך, אז ויקרל גייט צוזאמען מיט פקודו, וואס פקודו איז דער טייטש דערציילונג, ווי דערציילט אין חומש באריכות, וואס ציילן ציילט מען דאך יעדערן באזונדער, און ווי דאס קומט נאך ויקרל, אז נאך דערויף ווי אלע אידן קלייבן זיך צוזאמען און טוען אלע צוזאמען די זעלבע זאך בכלל, ובפרט דער לימוד התורה און קיום המצוות און פארשפרייטן אידישקייט,
- proofread
- 0