Paragraph
Paragraph rh-tjsybvas
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-vzd6sm5y
- order
- On
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אליין פראוועט תקיעות, הייסט דאך דאס, אז תורה אליין פראוועט תקיעות איז דאס בתכלית השלימות שלא בערך צו שלימות התקיעות וואס ס'ווערן געטאן על ידי בני אדם. וואס דערפאר איז אויך דער ביאור בזה, פארוואס במקום בית-דין, און בפרט נאך אין יבנה, ובפרט נאך בא מקדש שהיו תוקן אפילו בראש השנה שכל להיות בשבת, דערפאר וואס דארט איז דער שבת אין אן אופן הכי נעלה, וואס שבת אליין קען דאס ניט צושטעלן, מוז מען האבן דוקא למעשה ידיך תכסוף די תקיעת-שופר על ידי בן אדם, דאס דארף אבער זיין אזא בן-אדם וואס געפינט זיך אין אזא מעמד ומצב ווי אידן האבן זיך געפונען אין ירושלים, און ווי אידן האבן זיך געפונען אין יבנה, ווען דארט איז געווען דער בית-דין, וואס בית-דין איז דאך באלעבאס אויף כל הענינים, על אחת כמה וכמה אויף עניני זמן ומקום, ביז וואנענט אז זיי קעזאלן זיך משנה זיין די מולדות, די ראש חודש, ובמילא אויך די ימים טובים, וכמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0