עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

34 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי אלעמאל אז אידן טרעפן זיך צוזאמען איז אט דעמאלט דארף דאך זיין רעדן אן ענין אין דברי תורה, און ווי די משנה זאגט, אז אפילו אחד,

2אז ער געפינט איין און איינציקער איד אין א מדבר דארף ער זיך אויך פארנעמען מיט דברי תורה און לערנען תורה און דעמאלט זאגט דער אויבערשטער, אז דורך דערויף איז ער מכבד דעם אויבערשטן,

3און דער אויבערשטער בענטשט אים בכל מקום ”אזכיר את שמי לבורך” תיך דאס איז פונקט ווי דער אויבערשטער אליין דערמאנט זיין נאמען, נאר ער מאכט אים פאר א שליח.

4על אחת כמה וכמה אז ס'איז שנים שיו שביעין אין וואס זאל ניט זיין די תכלית וואס זיי רעכענען, אז זיי האבן זיך געזעט צוזאמען, זאגט די משנה, אז דער אמת איז, אז דאס וואס זיי טרעפן זיך איז כדי ס'זאל זיין ”עוסקים בדברי תורה”,

5און זיכער אזוי, אויב ס'איז שלשה און חמשה און עשרה, און על אחת כמה וכמה זיכער אזוי, אז מ'טרעפן זיך א סך מאל פון עשרה מישראל און מאה מישראל,

6און צווישן זיי איז אויך אנשים און נשים באזונדער, אבער מיט דער זעלבער כוונה און אין דעם זעלבן בנין און אין דעם זעלבן מקום אין דעם זעלבן זמן איז דאך אט דעמאלט א זיכערע זאך אז דאס איז פארבונדן מיט דער רוב אים, להדרת מלך,

7פון ”מלך מלכי המלכים הקב", הוא” ווען ס'זאל ניט זיין און וואו ס'זאל ניט זיין, על אחת כמה וכמה אויב דער זמן דערצו איז ווי א זמן זכאי, ווי ימי חנוכה,

8און ימים טובים בכלל, און א מקום זכאי ווי א בית הכנסת אדער א בית המדרש, דער אן ארט וואו אידן קלייבן זיך צוזאמען כדי צו מאכן גוטע החלטות און אויך טאן גוטע ענינים אין מעשים טובים אין צדקה,

9און ארויסהעלפן א צווייטן אידן, און מערערע אידן און מוסדות, און מערערע מוסדות, ווי גערעדט מערערע מאל, איז אט דעמאלט האט מען דאך דעם הדרת ”מלך מלכי המלכים הקב"ה ביתר” שאת וביתר עוז.

10און ס'איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער וואס זיין הנהגה איז דאך מדה כנגד מדה נאר כמה פעמים ככה גיט ער יעדערן פון די וואס זיי נעמען איינטייל און דעם, און זיכער אט די וואס האבן דאס צוזאמענגעשטעלט און אויסגעשטעלט און דערנאך

11צוגעגרייט די אלע ענינים אז דאס זאל זיין און אראפקומען בפועל, און המעשה ”הוא העיקר, וכל” המצטרך להם אין אלערמיט וואס זיי נויטיקן זיך, און אין וואס נויטיקט זיך א איד צום אלעם ערשטן?

12איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ”אני נבראתי לשמש את קוני” נויטיקט ער זיך צום אלעם ערשטן ער זאל קענען דינען דעם אויבערשטן, ניט האבנדיק דערביי קיינע בלבולים אין גוטן געזונט און אן קיינע דאגות און אן קיינע ענינים וואס זיי זיינען ניט פארבונדן מיט טוב הנראה והנגלה דוקא,

13במילא איז אט דעמאלט לערנט ער תורה און איז מקיים מצוות און דינט דעם אויבערשטן אין אלגעמיין, מיט 'תכלית השלימות', וואס דאס ווערט אויך ווי כל הענינים פון תורה ומצוות,

14על אחת כמה וכמה ענינים וואס ווערן אויפגעטאן אין אן אופן פון שלימות, ווערט דאס א הכנה קרובה צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך אזוי זיין דער לעבן פון יעדער אידן,

15און אלע אידן, סיי אנשים סיי נשים און סיי טף, אין אן אופן של מנוחה אמיתית, מנוחת הנפש און מנוחת הגוף, א מנוחה אמיתית וואס זי איז פארבונדן מיטן אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער מקור פון אלע גוטע זאכן,

16על אחת כמה וכמה פון גוטע זאכן פארבונדן מיטן ענין פון מנוחה אמיתית, במילא האט מען ניט קיין בלבולים, איז יעדער ענין אין תורה און יעדער פרט אין א מצוה וואס מ'טוט טוט מען דאס בתכלית השלימות, איז אויך סכרות של הקב"ה אויך בתכלית השלימות,

17נאך זייענדיק אין גלות, און דער 'תכלית השלימות' אין גלות איז דאך, אז יעדער פרט אין אים צוגעגרייט, און ס'שטייט הכין כולכם אלע פרטים און אלע מענטשן און אלע ענינים, אז מ'זאל קענען גלייך אויפנעמען תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

18על אחת כמה וכמה ווען דאס איז פארבונדן, ווי געזאגט, מיט ברוב אים האט מען דאך די תפילה פון רוב אים אז מ'וויל האבן ”עד מתי” און מ'וויל האבן גלייך די גאולה האמיתית והשלימה אז ס'זאל זיין תוקף ומיד ממש.

19איז דאך פארשטאנדיק, ווי דער אויבערשטער אליין האט מבטיח געווען אז בקשת רבים איז אט דעמאלט איז א זיכערע זאך אז דער אויבערשטער איז דאס ממלא בשלימות ובאמיתית ותוקף ומיד ממש.

20און ויהי רצון, אז דאס זאל זיין אין אן אופן פון ”מראה באצבעו ואומר זה”, אז פונקט אזוי ווי מ'באווייזט אויף די נרות חנוכה, און די מנורות חנוכה באווייזט מען באצבעו ואומר זה,

21אז היינט האט מען אנגעצונדן אט דעם מספר נרות, און היינט האט מען געהערט אט די און די ברכות, צי ווי דער ערשטער טאג חנוכה צוזאמען מיט ברכת שהחיינו בדיבור, אדער ווי די טעג לאחרי זה,

22וואס דעמאלט איז אויך נמשך די פעולה פון ברכת שהחיינו פונקט ווי ער וואלט דאס געמאכט דעמאלט, וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין, אז אויב מ'האט ניט געמאכט מאיזה סיבה שתהי' ברכת שהחיינו דעם ערשטן בא דער ערשטער ליכלך דארף מען דאס מאכן אין דעם ליכלך שלאחרי זה,

23וכמדובר כמה פעמים בנוגע לכל ענינים בדומל הזה.

24און ויהי רצון, אז מ'זאל קענען זאגן תיכף ומיד ממש אויף דעם זמן הגלות, אז שהחיינו וקהילנו וגיאנו לזמן הזה ווי איז דאס שייך זאגן אויף גלות?

25וועט דאס דעמאלט זיין פארשטאנדיק דורך דעם שינוי וואס וועט ווערן, ולא ”עיקבא מאפילו כהרף עין”, און ס'ווערט גלייך פון דער איצטערדיקער לעצטער רגע פון גלות,

26און גלייך נאך דערויף דער ערשטער רגע פון גאולה האמיתית והשלימה איז דאך פארשטאנדיק ווי אזוי מ'מאכט דעמאלט בכל התוכף ובקול גדול שהחיינו ותימנו ובנינו לזמן הזה צו דעם זמן גאולה האמיתית והשלימה,

27על ידי דוד מלתי משיחא בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו אז קיין איין און איינציקער איד בלייבט ניט חס ושלום אין גלות, און יעדערער פון זיי און אלע צוזאמען דוקא, ברוב אן, ווי געזאגט פריער, ביז אלע אידן, מכל קצוי תבל,

28קלייבט זיי דער אויבערשטער אליין אלעמען צוזאמען, לאחד אחד און שטעלט און שטעלט זיך אוועק, צוזאמען מיט יעדערן פון זיי, און צוזאמען מיט אלעמען פון זיי,

29ביי ארצנו הקדושה, און דארטן גופא בירושלים עיר הקודש, און אין ירושלים אין בית המקדש, און דארטן גופא אין דעם היכל פון דעם מקדש, אין דעם ארט, וואו מ'האט אנגעצונדן די מנורה, און ס'ווערט אנגעצונדן על ידי אהרן כהן גדול,

30דערפאר וואס דאך והקיצו ורננו שוכני עפר און די צדיקים און די שבעה רואה ושמונה נשיחי אדם, וואס אהרן כהן גדול איז דאך ביניהם, צוזאמען מיט משה רבינו זיינען זיי דאך פון די ראשונים והקיצו ורננו שוכני עפר במילא האט מען זיי אלע גלייך בא דעם ערשטן רגע פון גאולה האמיתית והשלימה,

31תיכף ומיד ממש היינט, וויבאלד אז מ'האלט שוין נאך בפרט לאחרי תפילת מנחה, ומתוך שמחה וטוב לבב טאנצן אלע צוזאמען, און אלע צוזאמען זאגן אויך און זינגען אויך ”הנרות הללו”, און ס'ווערט אויך ”על ידי כהניך הקדושין” בפשטות.

32און בראשם, אהרן כהן גדול, ”אין בית המקדש ובמקום” שמדליקין המנורה, אז ער צינדט אן די מנורה די אלע שבע מנרות המנורה, ממנו אורה יוצאה ”לכל העולם כולה, ועוד והוא” העיקר תיכף ומיד ממש.

33דער רבי'

34וואס גאר ניט ספיקן געני. הלפייס, ווי ס'איז שטייל און סעט-א לייט,‰‡ זאגט ווי אל די פעפל אין דער וואלט

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions