Paragraph
Paragraph rh-tgzhh1hg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nwwxmktp
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- עם אידישן פאלק זינט דער אידישער פאלק איז געווארן א פאלק, וואס דאס איז דאך געווען בא מתן תורה, וואס דעמאלט איז בחרתנו מכל העמים האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן די אידן אלס א פאלק פון אלע פעלקער פון דער גאנצער וועלט, און האט זיי גלייך צוגעגרייט און גלייך אריינגעפירט אין דעם ענין פון צוגרייטן זיך צו מקבל זיין תורה, און דערנאך איז דורכגעגאנגען א פאר טעג איז געווען דער מתן תורה פון דעם אויבערשטן אליין, און דערנאך קומט דאס אזוי ארויס און שפיגלט זיך אפ אין יעדער דור בפני עצמו, ביז אז נאך מער בפרטיות-אין יעדער יאר בפני עצמו, איז אויך דא די טעג וואס דעמאלט פראווענט מען דעם יום-טוב פון זמן חירותינו, מצרים וואס דאס איז דער זמן פון יציאת מצרים, וואס דעמאלט זיינען אידן באפרייט געווארן פון דעם שעבוד פון ארץ מצרים, און קומט גלייך נאך דערויף און אין צווישן איז דא די ציילונג וואס אידן ציילן די טעג ווען וועט שוין אנקומען דער זמן פון מתן תורה, דער זמן פון תעבדום את האלקים על ההר הזה. וואס מ'פרעגט דאך אויף דערויף
- proofread
- 0