Paragraph
Paragraph rh-tfrekda9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-heta2mfr
- order
- c
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ער איז נאך דעמאלט געווען אין א גיל פון טף, ועל דרך זה בימינו אלו, אז הערט טאקע די קריאת התורה נאך אבער פאר בר-מצוה אדער בת-מצוה אט דעמאלט איז ניטא דארט דער ענין פון מחוייב במצוות ווי דאס איז לאחרי מתן תורה, ביי א בר-מצוה אדער ביי א בת-מצוה, וואס על דרך זה ווי דאס איז בנוגע צו יעדערן איז אין כללות פון די אלע אידן שטייט דאך אז לעתיד-לבוא וועט מען זען ווי אזוי די מצוות בזמן הזה איז דאס מערניט ווי ציונים צו די מצוות, דערפאר וואס דער עיקר ענין פון קבלת המצוות און נתינת המצוות, במילא אויך עשיית המצוות, וועט זיין דוקא לעתיד לבוא, וואס דעמאלט איז די אלע ענינים וואס אין מצוות איז דאס מערניט ווי ציונים לתורה, ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, ובפרט על ידי וואס מ'גיט יעדערן פון אייך א שליחות אויף דעם ענין הצדקה, און יעדערער וועט מוסיף זיין, ובפרט ווי דער מנהג ישראל אויף א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, מיט די אלע קרובים, ובפרט די עלטערן און די מחנכים ומחנכות,
- proofread
- 0