transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך נוסף אויף די שייכות פון יום זה מיטן חלק מסויים פון דער סדרה, וואס דאס איז דער חלק פון שלישי ביז רביעי כמדובר לעיל, איז דאך אבער אויך דא די שייכות הכללות צו דער כללות הסדרה,
¶2וואס בשעת מ'רעדט וועגן די פסוקים פון שלישי ביז רביעי זאגט מען דאך, אז דאס איז פסוקים אין פרשה לב.
¶3ועדא פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס יעדער טאג איז עביד עבידתי במילא עבידתי ”המיוחדת ליום זה” האט דאס אין זיך אבער אויך עבידתי וואס איז מיוחד און די זעלבע בכל השבוע כולה, בדוגמא ווי ס'איז געווען אין בית המקדש, איז דאך געווען כהנים וואס זיי זיינען געווען מיוחד צו עבודה בכל יום ויום,
¶4וואס זיי אלע האבן געהערט צו דעם זעלבן בית אבות וואס ער איז געווען ממונה על ”כל השבוע כולה”, מיט די חלוקים בהלכה, ווי ס'איז דעמאלט אויב ס'קען ניט קומען קיין כהן פון יום זה נעמט מען א כהן אבער פון דעם זעלבן בית אב, כמבואר בארוכה אין די הלכות שבדבר.
¶5וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, און מיט נאכמער ביאור, אז ס'איז דא עבודה כללית די זעלבע בכל השבוע כולה, דערנאך איז דא נאך אן ענין און נאך אן עבודה וואס זי איז מיוחד ומשתנה מיום ליום,
¶6וואס די עבודה כללית איז מרומז און ארויסגעגעבן אין ”שמו אשר יקראו לה בלשון הקודש”, וואס דער שמת כל הסדרה כולה איז אז דאס איז פרשה לך,
¶7וואס אין פרשה לך איז מודגש אז ס'דארף זיין א איד איז ענינו איז ער זאל זיין א מהלך, ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, און מדרש בארוכה, אז מלאכים ווערן אנגערופן בשם עומדים ”ונתתי לך מהלכים בין העומדים האלו” וואס דאס גייט אויף א אידן,
¶8”ועמך כולם צדיקים” על ידי 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות', ווערט ער א מהלך מדרגא לדרגא ומחיל אל חיל ביז כלשון אין תהלים ביז ”יראה אל אלקים בציון” על ידי מעשינו ועבודתינו קומט אראפ די גאולה צוזאמען מיט ”אלקים בציון אין” אן אופן פון יראה,
¶9כמדובר בארוכה כמה פעמים.
¶10וואס על דרך זה האט מען דאך אויך גערעדט אמאל בארוכה די שייכות פון ז' חשון אלס א חלק פון דער שבוע פרשה לח צו כללות הפרשה,
¶11און שוין אויך אפגעדרוקט, און מופג שוין, ווי מ'וועט מען דאס ניט איבער'חזר'ן נאכאמאל, וואס דערפאר האט מען דאך דעם יאר גערעדט דעם דיוק מיט דעם חלק שבפרשה מיוחד מיט יום פון ז' חשבון במיוחד, אויסגעטיילט אין דער שבוע גופא,
¶12על דרך זה איז דאך אויך דא די ביאורים אין 'פנימיות התורה', ביז אין תורת החסידות אין אן אופן פון התפרנסון מיני דעם לימוד וואס מ'לערנט אפ פון כללות הפרשה, וואס ענינו איז דער לחט, און דערנאך וואס מ'לערנט אפ פון די פסוקים פון שלישי ביז רביעי,
¶13ווי אויך שוין אפגעדרוקט אין ספרי עיר התורה און אויך אין די דרושי רבותינו, ניט אויף אלע פסוקים, אדער אויף א טייל פון זיי ”כמה דרושים שוין” אויך אפגעדרוקט, מיט א דיבור המתחיל מיט איינע פון די פסוקים.
¶14וואס א 'כללות ענין' הפרשה וואס דארט איז אויסגעדרוקט וואס די שמה איז דאך אונטערשטראכן מודגש דער ענין ההליכה, ביז ווי דאס איז אין דער הוראה במעשה לפועל, אז מ'דארף ווערן ”מהלכים בין העומדים”, א נשמה קודם שירדה למטה, איז זי געווען אין א דרגא פון עמדתי לפני הוי' אלקיכם ווי ער זאגט לשון הכתוב,
¶15טאקע לפני הוי' אלקיך אבער אין אן אופן פון עמדתי דערנאך ווערט ער א מהלך, דורך 'ירידת הנשמה' ”מאיגרא רמה לבירא עמיקתא” איז דאס ירידה 'צורך עלי'' און עלי' גדולה זאל ווערן נאך העכער ווי זי איז געווען קודם הירידה,
¶16וואס קודם הירידה איז זי געווען אין א דרגא פון עומדים, אן עמידה הכי נעלית ”לפני הוי' אלקינו” אבער דאס קומט ניט צו די עלי' ווי ער ווערט אין דער דרגא פון מהלכים וואס דאס איז דער ענין פון לך.
¶17וואס במלכת הענין פון לך איז דאך ידוע דער דרושי רבותינו נשיאינו, אז דאס שטייט בפרט נאך מובן, וויבאלד אז דער נאמען זאגט סתם לך, איז לך הליכו קען זיין טאקע מדרגא לדרגא, ס'קען אבער זיין אין צוויי אופנים.
¶18אדער ”מלמעלה למטה אדער מלמטה למעלה”, וואס ביידע זיינען א הליכה און וואס ס'ווערט דערנאך ביז אין אן אופן פון אין-ערוך דאס איז אבער צוויי ענינים וואס זיי זיינען כתבות הפכין' דיכא אורה דא ווערט דורך הליכה 'מלמעלה למטה', אדער ס'ווערט על ידי הליכה 'מלמטה למעלה'.
¶19וואס דערפון נעמט זיך אויך וואס מ'טייטשט אפ אין דרושי חסידות ווי דער צמח צדק איז מבאר בארוכה, אז אין די דרושים איז דא כמה פירושים, אויך ווי מרומז אין זהר און אין תורת חיים פון מיטעלן רבי'ן,
¶20ועל דרך זה אין די דרושים אין ”תורה אור”, א לך סתם איז דאס כולל אין זיך, און דערפאר איז אויך געווען בא דעם לך פון אברהם'ן איז געווען צוויי עניני הליכה, א הליכה 'מלמעלה למטה' און א הליכה 'מלמטה למעלה'.
¶21נוסף ווי זיי ווערן דערקלערט אין באזונדערע פסוקים, במילא איז דאס אויך באזונדערע ענינים, ווי בפשטות אין די פסוקי הסדרה רעדט זיך דאך וועגן הליכות אברהם 'מלמעלה למטה' פון ארץ ישראל, אין מצרים, און דערנאך 'מלמטה למעלה', וואס כל ”עלי' לארץ ישראל” ווערט דאך אנגערופן בשם עלי דערפאר וואס ”ארץ ישראל גבוה מכל הארצות”,
¶22גבוה בגשמיות, דערפאר וואס זי איז גבוה ברוחניות, ”נשתלשלו מהן” איז דאך דא די פצוקים וואו ס'רעדט זיך וועגן די הליכת אברהם פון ארץ ישראל לארץ מצרים, וואס זי איז למטה וואס זי איז ”ערות הארץ”, ”בקרב הארץ”, און פון וואנענט איז די ירידה די הליכה איז פון 'ארץ הקודש'.
¶23און דערנאך ווי באזונדערע פסוקים וואס זיי דערציילן ווי אזוי ויעל אברהם ממצרימה, וואס דאס איז געווען א ירידה, 'צורך עלי' דערפאר איז דאך געווען די עלי' שלו כבוד בכסף ובהזהב וכו וואס פריער האט ער דאס ניט געהאט,
¶24כפשוטו של כתובים, על אחת כמה וכמה לויט מדרשי חזר פירוש הכתובים, דערנאך איז דא ווי דער ענין שטייט אין א באזונדער פסוק, און כולל אין זיך ביידע אופנים, וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז דאס איז נאך א ענין וואס דאס איז אין דעם ערשטן פסוק וואס ער איז התחלה און דער ראש פון כל הסדרה כולה, וואס דער ערשטער פסוק הויבט זיך אן פון לך לך,
¶25אז דער אויבערשטער האט געזאגט צו אברהם'ן ”לך לך מארצך ומבית אביך אל הארץ אשר אריך” וואס אין דערויף טייטשט מען אפ, על כל פנים נקודת הביאור, ובקיצור, אז פריער איז געווען די ירידה 'מלמעלה למטה', וואס אברהם איז דאך אברהם נעלם מכל ראיה און
¶26פארשטאנדיק אויך בפשטות אין גודל ענין פון נשמת אברהם, ביז וואנענט ווי ס'ברענגט זיך אראפ אז איתא בספר הבא, און געבראכט אין זהר, אז ”אמרה מדת החסד מיום מאוד אברהם בעולם להוצרחתי לעשות מלאכתי” דערפאר וואס אברהם 'עומד ומשמש במקומו', וואס
¶27דא זאגט מען אים, אז ס'דארף זיין מלך לך פון דעם מעמד ומצב ווי ער שטייט בשרש ומקורו אברהם רם מכל ראיים כמבואר בארוכה אין קבלה און אין חסידות דער פירוש הטבת און פירוש הענין,
¶28דארף ער פון דארטן זיין א הליכה בכללות הענין און אויך בפרטיות, וואס דאס איז דאך אויך ”מארצך וממולדתך ומבית אביך” בשעת מ'זאגט מארצך איז ידוע אין דערויף די קשיא דער סדר איז דאך א הפך, פריער גייט מען ארויס פון מארצך
¶29און ערשט דערנאך גייט מען ארויס פון מארצך און ערשט דערנאך גייט מען ארויס פון מארצך אין פסוק שטייט דער סדר הפך פלך לך מארפתך און דערנאך ממילבתך און דערנאך מבית אביך,
¶30וכמבואר בארוכה אין די דרושים דער פירוש הדברים.
¶31וואס אזוי איז אויך בהנוגע צו אברהם'ן, ווי ער שטייט אין אברהם אז נעלם מכל ראיין וואס דאס איז דער 'רצון העליון' אין תכלית העליונות שבו, ביז וואנענט ער איז נעלם מכל ראיין.
¶32כמבואר בארוכה אין ספרי קבלה די דרגא פון אברהם מכל ראיון און אויך געבראכט בקיצור אין די דרושים.
¶33זאגט מען, אז ס'דארף זיין דער לח מארצך וואס דאס איז זיין רצון, וואס רצון פונקט אזוי ווי ביי אן אדם התחתון איז דאך אדמה לאדיון און דער רצון איז דער נעלה מכל הכחות שבאדם און נעלם מכל הכחות שבאדם,
¶34דערנאך גייט ער ארויס פון דעם רצון, און ס'קומט אראפ בהבנה והשגה וואס וויל ער, און ווי אזוי וועט ער ארויספירן דעם רצון וכו,' און דערנאך קומט דאס אראפ ביז דאס קומט אין א מעשה בפועל.
¶35וואס אט דאס האט מען אויך געזאגט בנוגע ווי דאס קען דאך אויפטאן אזוי בפועל, דארף דאס זיין דארף די נשמה דורכגיין די דרגות, די נשמה ביז נשמת אברהם פון דעם ערשטן איד, כמדובר לעיל, דארף זיין ”לך לך מארצך” פון דעם ארט ווי זי שטייט במקורף ושרשו,
¶36אין 'רצון העליון', וואס דארט שטייט בגלוי רצון שלהם, און דערנאך אויך ממולדתך די מדות הנולדות מן עמוכין וואס זיי זיינען די ”אב ואם המלידים את המדות”, און דערנאך אויך מבוא מארצך ומולדתך דערנאך אויך מבית אביך.
¶37און דאס איז נאך ניט גענוג, נאר ער איז ”הארץ אשר ארעקה” אז דאס איז ארץ וואס ”אין תחתון למטה הימנו אין” ספירות, און דארטן ווערט אשר ארעקה דוקא?
¶38דוקא אט דארטן באווייזט מען די מעלות און דער עילוי דורך צו וועלכע די נשמה קען ארויסגיין קען צוקומען דורך דערויף וואס זי גייט ארויס ”מארצך וממולדתך ומבית אביך” און קומט אן אל הארץ, וואס דארטן דוקא ווערט אשר הרעך.
¶39וואס דערנאך ווערט די הליכה אין א כיוון הפכי, פונקט ווי ס'איז געווען בפשטות, כמדובר לעיל, אז אברהם איז פריער געווען אין ”מארצך וממולדתך ומבית אביך”,
¶40און דערנאך איז ער געקומען לארץ אשר הרק איז דאך דאס א עילה, פארקערט 'מלמטה למעלה', פון ארץ חרם, וואס דאס איז ארצך, דערנאך ביז ער איז אנגעקומען לארץ אשר הרק וואס דאס איז ”ארץ הקודש”, ארץ ישראל.
¶41על דרך זה איז אבער אויך אין דעם כיוון הפכי מעשינו ועבודתינו, כדי ס'זאל קענען דורכפירן מעשינו ועבודתינו ווי אפגעטייטשט אין ספרים, אז מעשינו דער דיוק בזה, ס'איז דאך דא כמה שמות אויף א ענין של פעולה ועשי,' דא נוצט מען דעם תואר און דעם ווארט מעשינו דערפאר וואס דאס איז מלשון 'מעשין על הצדקה', מלשון של כפיי אז
¶42דאס ווערט וואו דארף ער אנקומען אויף כופה זיין את עצמו?
¶43בשעת ס'איז דא א מעמד ומצב וואס 'יצרו אנסו' און א מעמד ומצב וואס מ'געפינט זיך אין 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו, ביז מ'געפינט זיך אין חרם ווי רש"י טייטשט אפ, אז דאס איז דאך ”חרון אף של עולם”,
¶44נון הפוכה און פון דעם ארץ, וואס דאס איז ארץ חרם ”חרון אף של עולם” אין תחתון למטה הימנו, דארף ער דערנאך אויך ארויסגיין וואס דאס פועל"ט אויך, אז ס'זאל זיין 'יצרו אנסו' ביז וואנענט אז ער שרייט אז אינו רוצה און מ'דארף אנקומען צו בית דין אז זיי זאלן אים נויטן ס'זאל ווערן מעשינו,
¶45”כופין אותו עד שיומר רוצה אני” ווארום 'מצד עצמו' איז שרייט ער אז זיין רצון איז א רצון הפכי, דערנאך דארף ער אויך ארויסגיין ממילא דוקא אין זיינע רגילות'ן,
¶46וואס ער טענה"ט אז דאס איז געווארן טבע שלו, ס'איז ניט 'יצרו אנסו', נאר דאס איז טבע שלו, אין דערויף איז ער געווארן רגיל, וואס דאס איז מולדתך און דערנאך אויך מבית אביך ווי דאס איז דער ענין המוחין והעמידות, כמבואר בארוכה.
¶47און ערשט דעמאלט קען ער קומען און צוקומען ”אל הארץ אשר האריך”, צו דער ארץ האמיתית, וואס ווי ער טייטשט אפ אין מדרש ”למה נקרא שמה” ”ארץ על שם סרצתה לעשות רצון קונה” מיט די צוויי אפטייטשן אין דעם, שרצתה אז זי האט געוואלט אט דאס איז געווארן איר רצון,
¶48און מ'דארף ניט אנקומען צו 'כופין אותו', און נאך מערער, ס'איז געווארן איר רצון אין אן אופן שרצתה פון לשון ריצה אז ער טוט דאס בזריזות ובאן אופן של ריצה, און טוט דאס אין אן אופן של שמחה, וואס זי איז פורץ כל הגדרים, ביז וואנענט אז ויחפש אברהם עליין את חמורו,
¶49וואס ער האט פורץ-געווען כל די הנהגה פון א מלך, כמבואר אין מדרשים, און ביז וואנענט ער דערגרייכט, ווי דער רמב איז מבאר בארוכה אין פרק עשירי אין הלכות תשובה, אז דאס איז דער וועג אין וועלכן יעדער איד דארף גיין, און פון וועמען לערנט מען דאס אפ?
¶50לערנט מען דאס אפ פון ”אחד הי' אברהם” פון ”אברהם אוהבי” אז הויבן טאקע אן שלא לשמה צוליב שכר המצוות ביז צום שכר הכי נעלה, ”חיי העולם הבא”, אבער דאס איז אויך א ענין על שכר, און ס'דארף זיין בא אהבתו תשגה תמיד,
¶51ווי ס'איז געווען בא ”אברהם אוהבי”, וואס דעמאלט ווערט דאס הארץ אשר הרי כה אט דאס איז די אמת"ע ”ארץ רצתה לעשות רצון קונה” דאס איז דער רצון הקונה וואס דאס איז לימוד אין תורה, 'לימוד התורה' לשמה, ועל דרך זה בקיום המצוות מתוך אהבה לשמה, אהבת מצוה המצוות, כמבואר בארוכה אין די דרושים.
¶52און וויבאלד אז די ביידע פירושים זיינען אויפן זעלבן פסוק, כמוזכר כמה פעמים, איז דאך דעמאלט דאס א הדגשה אז זיי זיינען זה בזה תלום, און ניט אן ”ענין של סתירה חס” ושלום, אז וויבאלד אז דאס איז 'מלמעלה למטה' און דאס איז 'מלמטה למעלה' איז דאך דאס א תנועות הפכיות זאגט דער פסוק ניין!
¶53און דאס זאגט תורת חיים, הוראה בחיים זיי זיינען ארויסגעגעבן געווארן אין תורה בפירושה אין דעם זעלבן פסוק, אין פרשה לחלכו.
¶54וואס דאס איז אויך דער קשר, על כל פנים ודרך אפשר, מיט זיין חשון, וואס דאס איז דאך דער טאג וואס טיילט אפ רגל פון לאחרי הרגל, וואס ענינו של רגל איז, כשום ”שבה לעירות כך בא להוראות” וכשום ”שבה להוראות כך בא לירות” אז זיין ראי' און זיין רצון אז דאס איז פונקט כשום,
¶55ווי דאס איז ביים אויבערשטן אזוי איז דאס ביי אים, און ווי ס'איז ביי אים אזוי איז דאס ביים אויבערשטן, ווי די גמרא איז דאס מפרש אין דעם זעלבן ענין פון ראייתא וואס אויף דערויף איז געווען דער עלי' לרגל.
¶56דערנאך הויבט זיך אן א זמן, וואס דער זמן ווערט אנגערופן על-פי תורה לאחרי הרגל, וואס לכאורה איז דאך דאס אן אפגעטיילטקייט, אז דאס איז רגל און דאס איז לאחרי הרגל, מאכט מען דערפון איין ענין און איין חיבור, און ס'ווערט אריינגעשטעלט אין דעם זעלבן פסוק,
¶57פונקט אזוי ווי מ'זאגט ”אנכי ולא יהי' לכי בדיבור אחד נאמרו”, וואס ”אנכי ולא יהי' לכי” איז דאך תנועות הפכיות.
¶58אנכי איז א מצות-עשה, און לא יהי' לכי איז א מצות לא תעשה, אנכי איז א מצוה בחיוב, און לא יהי' לכי איז א מצוה בשלילה, מיט כמה וכמה חילוקים עיקריים ווי זיי זיינען צווישן א מצות-עשה און א מצות לא תעשה.
¶59ווי ”אין מספר אין” עשרת הדברות, איז דאס צוויי באזונדערע דברות.
¶60וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז תורה, ווי גימטריא תרי"א דערפאר וואס די בי' מצוות הראשונות, די מצוה הראשונה, ווי דער רמב"ם איז מדגיש בנוגע צו אנכי, מיט דער ידיעת אלקות, און מצוה הראשונה, מצוות לא-תעת איז דער ענין פון לא יהי' לך איז דאס צוויי באזונדערע מצוות, במילא בלייבט תורה, בגימטרות תריעו דא.
¶61ביחד עם זה זאגט מען, ”אנכי ולא יהי' לך” איז ”בדיבור אחד נאמרו” אז דאס ווערט אן איין און איינציקער דיבור, און דאס ווערט דערנאך אזוי אראפגעבראכט אין תורה שבעל פה, ביז אין ספרו 'הלכות הלכות',
¶62אלס א הלכה אין תורה, אז דאס איז ”בדיבור אחד”, כמבואר ומדובר לעיל, אז תורה איז דוקא בגימטריא תרי"א, און ס'איז דוקא דא תרי' ג' מיט ווי דער רמב"ם איז מדייק און חזר"ט דאס איבער כמה פעמים,
¶63אז ס'דארף זיין ”לא תוסיפו ולא” תגרעו און ברענגט אויך אויף דערויף אראפ די גימטריא פון רמ"ך מצות עשה באזונדער און שסן מצות לא תעשה באזונדער, און צוזאמען ווערט דאס תרי"ג.
¶64וואס דאס איז אויך מרגיש נאכאמאל די הוראה בפועל, אז אף על פי וואס מ'שטייט אין א טאג וואס לאחרי הרגל, ביחד עם זה ווערט דאך דער טאג וואס פארבינדט די ימים פון רגל מיט די ימים שלאחרי הרגל, פונקט ווי ער פארבינדט די מצות עשה מיט מצות לא-תעשה, וואס בכללות איז דאס אויך דער חילוק פון ירושלים,
¶65און בית המקדש לגבי כל העולם כולו.
¶66ירושלים און בית המקדש זיינען חפסא דקדושא, וואס לגבי בהער כם איז כל העולם כולו איז דאס חול, עאכו"כ לגבי קודש הקדשים,
¶67אבער דאס איז דאך אויך כולל דעם בית המקדש כולו, און אין ירושלים כולו, וואס לא נתחלקה לשבטים ווי ס'שטייט דאך אויף דערויף איינער פון די טעמים פארוואס ”לא נתחלקה לשבטים” דערפאר וואס קידושלים איז ענינה אז זי זאל זיין א מכין און א דירה פארן בית-המקדש.
¶68און פונקט אזוי ווי דער בית-המקדש איז ”לא נתחלק לשבטים” און ס'דארף זיין א בית ציבורי און א קרבן ציבור, אין וועלכן מ'איז מקריב קרבנות ציבור, וואס דאס איז עיקר עבודתו, קרבן תמיד,
¶69במילא פועל"ט דאס אזוי אויך ”ירושלים, מי שחוברה לה יחדיו” דעם ענין פון דעם חיבור, ווארום דאס ווערט מערניט ווי א כלי אין א עיר אין וועלכע ס'געפינט זיך דער מקדש ארנו כוננו ידיך, ”מכן לשבתך עולמים”
¶70ווערט דאס אויך דערנאך אראפגעבראכט, ביז אין דעם ענין שבפועל, אז מ'איז מוסיף אין מעשינו ועבודתינו אין די ביידע ענינים א זאך וואס מ'דארף האבן כפיי וואס בכללות,
¶71דער חילוק צווישן כפיי און ניט-כפיי איז-אז ווען ס'רעדט זיך אין ”עשה טוב” אט דא איז די הדגשה אויף דער ענין העשי,' אז ס'רעדט זיך וועגן 'סור מרע' אט דא איז די הדגשה אויף ענין הכפיי וואס דאס איז אויך דער חילוק בכללות צווישן מעשינו און עבודתינו.
¶72און דער חילוק בכללות צווישן מצות-עשה ומצות ל-תעשה, און אנכי, וואס דאס איז א שורש לכל מצות-עשה, מיט לא יהי' לך וואס דאס איז א שורש לכל מצות ל-תעשה, און מ'זאגט אז דאס איז ”בדיבור אחד נאמרו”, ווארום יעדער איד און אלע אידן זיינען א ”גוי אחד בארץ”, און ווי ס'טייטשט דאך אפ דער אלטער רבי, אז אפילו זייענדיק בארץ, וואס ארץ איז דאך עניני גשמיות, ביז א ענין של חומרית וארציות,
¶73איז ניט נ ר ז זיי ווערן ניט מושפע פון דעם ענין הארציות, נ ר אדרבא זיי זיינען ממשיך עם אחד ווי ער שטייט ביי גוי אחד ז ס ז ל זוי נמשך ווערן ב רץ על זו הגשמיות ותחתונה שאין תחתון למטה הימנו.
¶74וו ס ס יילט נ ך מערער ו,‰‡ אז אט דאס וואס יעדער איד ווייס, אז זיין נשמה נעמט זיך פון די ג' אבות וואס הראשון שבהם איז געווען אברהם אבינו, וואס אחד הי' אברהם ועל דרך זה שרה וואס יעדער איד ווערט זיך אנגערופן ”בן אברהם יצחק ויעקב” אנהויבנדיק פון אברהם, און דערנאך 'בת שרה' רבקה רחל ולאה אנהויבנדיק פון שרה,
¶75ובפרט נאך איז במודגש דער ענין בשעת מ'איז מדגיש פון צווישן אלע אבות דעם ענין פון אברהם, איז אט דעמאלט זאגט מען, אז דאס איז אויך כולל בגלוי דער ענין הגרים, וואס אברהם איז דאך אב לכל הגרים, און שרה איז דער אים לכל הגיורות, וואס דאס שטייט דוקא בנוגע צו אברהם ושרה,
¶76וכמבואר בארוכה אין מדרשי רז"ל און מדרשי חז"ל, און נאכמערער אין קבלה און אין חסידות, איז דאס נאכמער ממהר, אז ס'זאל זיין די גאולה האמיתית והשלימה, און יעדער פון אונז, בתוך 'כלל ישראל', וועט זיין בשעתא חדא וברגעא חדא, אין ”הארץ אשר אריך”, ומתוך שמחה וטוב לבב.