פסקה
פסקה rh-t9et194s
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-yh7vkvjm
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז דאך פארבונדן מיטן אויבערשטן, במילא איז דאך דארט איין גבול און איין הגבלה, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניטא קיין מדידה, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קען זיין, במילא דארף זיין, בנוגע לעניננו, אן ענין פון חיים, וואס זיי זיינען חיים ממש, בערך המעמד ומצב שלפני זה, אף על פי וואס אויך לפני זה איז ביי אים געווען דער קיום בשלימותו פון דעם ציווי מיט דעם נתינת כח און וואס ער נוצט דאס אויס בשלימות, אז ס'זאל זיין חדשים ממש קומט איצטער צו א דבר חדש. וואס דערפאר פארבינדט מען דאס אויך מיט א דבר חדש וואס מ'וויל דאך אז ס'זאל אראפקומען אין מעשה, און כמדובר כמה פעמים, אז מ'זעט אזוי במעשה בפועל, אז מ'רעדט א גאנצע אריכות און מ'רעדט זיך ארויס די הארץ, און דערנאך בשעת ס'קומט לפועל ווייס יענער ניט וואס מ'מיינט, אדער ער מאכט זיך אז מ'ווייס ניט וואס מ'מיינט, וויבאלד אז מ'האט דאס ניט געזאגט בפועל ממש, מיט א קמץ אלף אדער כדי כך, אז ס'איז ניט שייך אין דערויף אריינווארפן קיינע ספיקות וכיוצא בזה, כמדובר באריכות לפי ערך אין די דיבורים שלפני זה. וואס דערפאר קומט מען אויך מיט א הצעה חדשה, און דאס איז, אז יעדערער וואס וויל, און ס'איז ניט שייך אין דערויף קיין הכרח, מ' דארף דאך האבן יעדער ענין ברצון הטוב, און נאכמערער בשמחה ובטוב לבב, איז יעדערער וואס ער וויל זאל אריינשרייבן אין א קודש מערניט ווי שמו ושם אמו ושם משפחתו, און דארט זאל זיין געשריבן א דבר חדש וואס ער האט געטאן במעשה בפועל, ניט וואס ער האט יוצא-געווען במחשבה תורה, אדער יוצא-געווען בדיבור טוב, אדער יוצא-געווען מ'וועט געבן אן עצה טובה א צווייטן וכיוצא בזה, ביז אפילו ער האט ביי יענעם גע'פועל'ט א מעשה בפועל איז דאס נאך אלץ ניט זיין מעשה, דאס איז א מעשה פון דעם צווייטן, נאר אים קומט אין דערויף שכר, ווארום ער האט אים דערצו צוגעבראכט, אבער ניט דעם ענין איז מען עותן ארויסצוברענגען בפועל.
- proofread
- 0