Paragraph
Paragraph rh-t97p433q
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8spsvgmy
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובפרט אין דעם גאנצן חודש אלול פון אני לדודי ודודי לי די ענינים אז דודי איז לי, במילא גיט ער יעדער אידן און אלע אידן נאכן חודש אלול מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, סיי רוחניות און סיי גשמיות און סיי ביידע זאכן צוזאמען, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט אן איינע און איינציקע זאך. והוד והוא העיקר, אז ווי מ'האט געלייענט אין דער פרשה שעברה פון שבת וואס ס'האט געבענטשט דעם טאג, האט מען דאך געלייענט דער אתם נצבים היום כולכם לפני הוי'אלקיכם און מ'רעכנט אויס בפרטיות די אלע עשר דרגות וואס ס'איז דא אין כלל ישראל, במילא איז דאס אויך דא אין א פרט-ישראל, כמדובר כמה פעמים. און דאס ווערט אויך פון אתם נצבים כולכם לפני הוי'אלקיכם ווערט תיכף פון מיד די סדרה הסמוכה לזה, אז ס'ווערט וילך אין יעדער אידן ווערט די הליכה לכל לראש די הליכה פון גלות אין גאולה, וואס דאס ווערט דורך די הליכה פון ארצות הגלות אין ארץ הגאולה, וואס דאס איז ארץ ישראל בכלל ובפרט ווי ארץ ישראל וועט תיכף ומיד שטיין אין א מעמד דמצב פון כל יושביה עליה. און ס'ווערט דערנאך א יום מלא ימו ושנותי אז יעדער איד האט ימים ושנים וואס זיי זיינען מלאים מיט תורה ומצוות,
- proofread
- 0