פסקה
פסקה rh-t7br6655
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-2qwhpqzq
- order
- BG
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דאס איז אויך מוריש איז דאס אן ענין וואס ווערט נכסיו של כהן, ביז אז ס'האט גאר א חומר אין זיך בענין הביכורים לגבי כמה ענינים פון קדשים וכו.' וואס אזוי איז אויך, דאס איז דאך א חומר פארבונדן מצד קדושת הענינים, און פארבונדן אויך מצד דערויף וואס כמוזכר לעיל, איז אידן ווערן דאך אנגערופן ביכורים וואס זיי ווערן אנגערופן ביכורים וואס זיי זיינען די ראשית פון די ראשית פון כל העולם כולו, ביז וואנענט אויך, אז אפילו זייענדיק אין גלות זאגט מען אויך, אז יעדער איד און אלע אידן זיינען דאס בדוגמת פון ביכורים, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט אט די פרשה פון די ימים אלו, איז דאך דעמאלט נאכמערער בהדגשה פון לעבן מיט דער צייט, כפתגם פון רבינו הזקן, כמה פעמים, ביז וואנענט אז דאס ברענגט דערנאך אויך צו דעם גאנצן המשך, אז וויבאלד אז מ'מוז מקיים-זיין ביכורים און מקיים-זיין א מצוה דארף דאך זיין דוקא כמצות רצונך, על אחת כמה וכמה אז דאס דארף זיין דוקא בפשוטו, אז מ'נעמט פירות גשמיים, און די פירות נעמט מען פון ארצך וואס געהערט צו אט דעם אידן
- proofread
- 0